זיטאמיר – א גרופע אידן וועלכע זענען געפארן פון ניו יארק קיין אוקראַינע, מתפלל צו זיין אויף קברי צדיקים, זענען געווען פארמישט אין א שווערן עקסידענט. דער עקסידענט האט פאסירט בשעת די אידן זענען געפארן אין א קאר ארום דרייסיג מייל ווייט פונעם הויפטשטאט קיעוו, און אלע דריי אידן זענען פארוואונדעט געווארן. צוויי האבן געליטן בלויז מילדע וואונדן און זענען באהאנדלט געווארן אין א לאקאלן שפיטאל. דער דריטער איד איז מער-ערנסט פארוואונדעט געווארן, און נאכ'ן באקומען לאקאלע באהאנדלונג, האבן עסקנים ערלעדיגט ער זאל אויסגעליפערט ווערן מיט א ספעציעלן פליגער קיין אמעריקע, וואו ער באקומט די נויטיגע עמורדזשענסי באהאנדלונג אין ניו יארק, און מ'ווערט געבעטן מתפלל צו זיין לרפואת יוסף חיים בן עטל.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל