מערב ברעג – מען האט געהערט צייכענעס אז די פאטאח פירערשאפט, אונטער'ן פאלעסטינער אויטאריטעט פירער מוכאמעד אבאס, האט זיך אנגעהויבן פאראייניגן מיט מדינת ישראל אין א קאמפיין צו לייגן דרוק אויף כאמאס, וועלכע קאנטראלירט עזה. דער אנהייב פון דער פאראייניגונג איז געקומען נעכטן ווען מדינת ישראל האט געמאלדן אז זי וועט שניידן די עלעקטעריציטעט סופליי פאר עזה מיט 45 מינוט ווייניגער יעדן טאג, וויבאלד פאטאח האט געזאגט אז זי וועט אויפהערן באצאלן די געלטער וואס זי פלעגט ביז יעצט באצאלן פאר מדינת ישראל צו שיקן עלעקטעריציטעט פאר עזה. אין א סטעיטמענט, האט א ווארטזאגער פאר'ן פאלעסטינער פירער אבאס געזאגט אז פאטאח פארלאנגט אז די כאמאס טעראר גרופע זאל אויפגעבן קאנטראל אויף עזה, און עס איבערגעבן פאר די פאלעסטינער אויטאריטעט, מיט'ן ציל אז כאמאס זאל זיך אונטערווארפן אונטער פאטאח און מסכים זיין אפצוהאלטן פאלעסטינער פרעזידענטליכע וואלן.

Displaying

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל