איראק – די "רויטערס" נייעס אגענטור האט נעכטן פארעפנטליכט פרישע אינטערעסאנטע און דראמאטישע דעטאלן ארום דעם צושטאנד פונעם אייסיס פירער, אבו באקאר על באגדאדי – אין ליכט פון די אומבאשטעטיגטע באריכטן אז ער איז אומגעברענגט געווארן. לויט רויטערס, געפינט זיך שוין נישט באגדאדי נישט אין איראק און נישט אין סיריע, נאר ער האלט זיך אויף אין די טויזנטער מיילן מדבריות אין די גרעניצן צווישן די צוויי לענדער, וואו ער האט גאר א קליינע גרופע מענטשן וועמען ער פארטרויט, ווייל ער ציטערט אז איינער וועט אים פארראטן און ארויסגעבן פאר אמעריקע וואו ער געפינט זיך, ווייל אמעריקע האט א 25 מיליאן דאלער באלוין אויף זיין קאפ. לויטן באריכט, נוצט נישט על באגדאדי קיין סעלפאונס און האט בלויז געציילטע שלוחים וועלכע טראגן און ברענגען מעסעדזשעס צווישן אים און זיינע 2 נאענטע ראטגעבער, איאד אל אבעידי און איאד אל דזשומאלי. על באגדאדי פארט ארום אין די מדבריות מיט א פשוט'ן פארמער טרעקל, מיט בלויז א דרייווער און 2 לייב-וועכטער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל