וואשינגטאן – היינט אין וואשינגטאן איז דערווארט פרישע דראמא, ווען אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס וועט אראפקומען צום סענאט שפיאנאזש קאמיטע און אויפטרעטן פאר א פארהער איבער דער טעמע פון רוסלאנד און די אנגייענדיגע אויספארשונגען איבער רוסלאנד'ס שריט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן און די מעגליכקייט אז געוויסע אינעם טראמפ קאמפיין זענען געווען פארמישט אין ארויסהעלפן רוסלאנד דאס צו עררייכן. סעשאנס' פארהער קומט נאכדעם ווי ער האט עס פארלאנגט, שיקנדיג א בריוו צום שפיאנאזש קאמיטע אז ער וויל וואס שנעלער אויפטרעטן, צו קענען אויסקלארן פונקטליך וואס זיין ראלע איז אין דער גאנצער זאך.

סעשאנס איז געווען געצוואונגען מיט עטליכע חדשים צוריק זיך אפצוזאגן פון אריינרעדן אינעם אנגייענדיגן יוסטיץ דעפארטמענט אויספארשונג ארום טראמפ-רוסלאנד, נאכדעם ווי ס'איז אויפגעדעקט געווארן אז ער האט געהאט עטליכע זיצונגען מיט רוסישע רעגירונג באאמטע, וואס טראצדעם וואס ער האט געהעריג געמעגט האבן די זיצונגען, האט ער עס אבער פרובירט פאר אומבאקאנטע סיבות צו באהאלטן פונעם פובליק. סעשאנס וועט אויסגעפרעגט ווערן איבער די זיצונגען, און אויך וועט מען אים פרעגן וואס ער ווייסט איבער דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אויפגעזאגט דזשעימס קאומי פון די עף-בי-איי. דער פארהער וועט מיטגעהאלטן ווערן לעבעדיג דורך מיליאנען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל