וואשינגטאן — א גרופע רעפובליקאנער און דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן געשריבן א בריוו אראפצורייסן פרעזידענט טראמפ׳ס בודזשעט פאר׳ן נישט צושטעלן גענוג געלטער פאר׳ן האלאקאוסט מוזעאום. די האלאקאוסט מוזעאום אין וואשינגטאן האט געהאט געשיקט א ביטע פאר א העכערונג פון פרישע דריי מיליאן דאלער אין פאנדינג, אבער טראמפ׳ס פארגעשלאגענער בודזשעט וועט נישט צושטעלן די פרישע 33 מיליאן דאלער, זוכנדיג צו שניידן פון אלע זייטן, מיט'ן ציל צו נידערן דעם פעדעראלן בודזשעט דעפיציט און דעקן פארשידענע פראיעקטן וואס דער פרעזידענט וויל אונטערנעמען. אין רעאקציע צו דעם האבן 64 קאנגרעסלייט פון ביידע פארטייען אינאיינעם געשריבן א בריוו אין וועלכע זיי בעטן זיך צום פרעזידענט אז ער זאל יא צושטעלן די איבריגע געלטער, ווייל דער מוזעאום וויל אויסברייטערן וויכטיגע טיילן, וואס וועט פאראייביגן דאס געדענקעניש פונעם ביטערן וועלט קריג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל