וואשינגטאן – א "פאליטיקא" באריכט צייגט אז פרעזידענט טראמפ האט געגעבן אן אולטימאטום פאר זיין ווייסן הויז שטאב הויפט, רעינס פריבוס, אז ער זאל ביז יולי 4 מאכן זיכער צו ברענגען דאס ווייסע הויז און די אדמיניסטראציע אין ארדענונג, און אויב נישט, וועט ער דאן פליען פון זיין פאזיציע. לויט'ן באריכט, האט טראמפ דאס געזאגט פאר פריבוס נאכדעם וואס ער האט זיך צוריקגעקערט פון זיין רייזע אין אויסלאנד עטליכע וואכן צוריק, ווען ער האט געזאגט פאר פריבוס אז ער וויל אריינברענגען עטליכע נייע באאמטע אין ווייסן הויז, אבער נאר נאכדעם וואס אלעס איז שוין אין ארדענונג. פריבוס זעט איין אז זיין צוקונפט אין דער טראמפ אדמיניסטראציע איז אונטער פראגע-צייכן און האט זיך שוין געוויצלט מיט פריינט אז ער האט "איין פוס אינדרויסן פונעם טיר און דאס צווייטע פוס ליגט אויף א באנאנע שאלעכץ" – אין אנדערע ווערטער אז ער גייט אט אט פליען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל