וואשינגטאן – צוויי גרויסע סייבער-סעקיוריטי פירמעס זענען נעכטן ארויסגעקומען מיט א פאראייניגטער שארפער ווארענונג צו רעגירונגען איבער דער וועלט און ספעציפיש צו דער אמעריקאנער פעדעראלער רעגירונג, אז זיי האבן אנטדעקט א קאמפיוטער ווירוס, אויף וועלכע העקערס און בייזוויליגע פארשוינען קענען גרינג לייגן זייער האנט, וואס האט די מעגליכקייט אויסצושאלטערן די עלעקטעריציטעט פון גאנצע שטעט, און איבערלאזן מיליאנען מענטשן אין דער טונקל, מיט בלויז א דרוק פון א קנעפל. דער העקעריי וויירוס ווערט אנגערופן "קרעש אווערדרייוו" און עס ארבעט דורכדעם וואס דער ווירוס זאגט פאר די קאמפיוטערס וועלכע קאנטראלירן אלע עלעקטראנישע טראנסמישאנס אז זיי זאלן אפשטעלן די עלעקטעריציטעט פלוס. די 2 פירמעס זאגן אז אט דער ווירוס איז גענוצט געווארן צו פאראורזאכן א קורצשלוס אויף כמעט גאנץ אוקראַינע פארלאפענעם דעצעמבער, און זיי ווארענען אז דאס קען גרינג פאסירן אין אמעריקע, אויב וועט מען נישט נעמען שריט צו פארשטארקערן די קאמפיוטער סיסטעמען ארום אמעריקע'ס עלעקטערישע סיסטעמען.

הוסף רשומת תגובה