דזשארדזשיע – אין אמעריקע עקזיסטירן צענדליגער באוואפנטע מיליצע גרופעס, וועלכע פאררופן זיך אלס פאטריאטישע אמעריקאנער בירגער וועמענ'ס ציל איז פשוט צו זיין גרייט מיט די נויטיגע מיליטערישע וואפנס און טאקטיקן צו פארטיידיגן דאס לאנד אין פאל אויב עפעס קאטאסטראפאל און אפּאקאליפּטיש פאסירט. די סארט מיליצע גרופעס זענען שטארק אויפגעשטיגן און געוואקסן אין לויף פון די אכט יאר ווען באראק אבאמא איז געווען פרעזידענט, ווייל די גרופעס זענען געווענליך מער גענויגט צו דעם עקסטרעם-רעכטן לאגער פון אמעריקאנער פאליטיק. אצינד צייגט א באריכט אז טראצדעם וואס רוב פון די סארט מיליצע גרופעס האבן געשטיצט דאנאלד טראמפ ביי די פארלאפענע וואלן, לייגן זיי נישט אראפ די וואפנס, ווייל זיי זענען נישט זיכער וואספארא צוקונפט זיין פרעזידענטשאפט האט. דערווייל האלטן זיי ווייטער אן זייערע טרענירונגען אין די וועלדער פון אזעלכע סטעיטס ווי דזשארדזשיע, אלאבאמא, טענעסי און ענליכע.

Displaying

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל