ניו יארק – דער בודזשעט אפמאך, וואס ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא און דער סיטי קאונסיל האבן דערגרייכט מיט מער ווי א וואך צוריק, רעכנט אז די סיטי קאסע וועט אריינבאקומען מיט ארום זעקס מיליאן דאלער מער פון טראפיק און פארקינג טיקעטס, וואס די געלטער וועט גיין צו דעקן פארשידענע אויסגעברייטערטע הילפס פראגראמען. קריטיקירער פון מעיאר דעבלאזיא און די שטאטישע באאמטע האבן ארויסגעברענגט אז ס'איז זייער קוריאז אז די שטאטישע פאליציי באאמטע שרייען אז זיי לייגן בכלל נישט קיין דרוק אויף פאליציי אפיצירן און טראפיק אפיצירן צו פארטיילן וואס מער טיקעטס, און אין דער זעלבער צייט האט די סיטי א קלארע פונקטליכע שאצונג וויפיל געלטער מער עס וועט אריינקומען פון טראפיק און פארקינג טיקעטס. די דעבלאזיא אדמיניסטראציע האט זיך פארענטפערט, זאגנדיג אז די שאצונג איז באזירט אויפ'ן פאקט אז עס וועלן זיין נייע סארט געלט שטראפן פאר מאטאריסטן וועלכע האבן ספעציעלע רעגירונג פארקינג פערמיטן און נוצן דאס צופיל אויס.

Image result for NYC TICKET REVENUE

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל