מאנהעטן – א באנקיר פון מאנהעטן איז אומגעקומען אינמיטן פארן אויף א "סיטי בייק" ביציקל נעכטן אינדערפרי אינעם טשעלסי געגנט, זייענדיג די סאמע ערשטע פאטאליטעט פונעם ספעציעלן שטאטישן ביציקל פראגראם. דער 36 יעריגער מאן איז געפארן אויף וועסט 26'סטע סטריט נעבן דער אכטער עוועניו, צווישן א באס און א פארקירטע אויטא, ווען ער האט פלוצלינג פארלוירן קאנטראל פונעם ביציקל און איז אראפגעפאלן אויף דער ערד, וואס דאן האט אים דער באס אראפגעקלאפט, און עמורדזשענסי באאמטע האבן אים דערקלערט נישט-לעבעדיג בלויז 2 שעה נאכ'ן אים אפפירן צום בעלוויו שפיטאל. די טראגעדיע איז די סאמע ערשטע מאל וואס עמעצער שטארבט נוצנדיג די "סיטי בייק" ביציקלעך, וועלכע האט זיך שוין אנגעהויבן אין ניו יארק סיטי אין יאר 13' און אזויפיל ווי 43 מיליאן רייזעס זענען שוין געפארן אויף די סארט ביציקלעך לענגאויס די סיטי.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל