מערילענד – מערילענד איז געווארן די צווייטע סטעיט אין אמעריקע דורכצופירן א געזעץ וואס פארבאט דעם רוטינעם באנוץ פון אנטיביאטיקס אין געזונטע בהמות און עופות, דאס איז געצילט צו באקעמפן די אויפשטייגונג פון געפארפולע אנטיביאטיק-ווידערשטאנדיגע באקטעריעס, וואס רופן זיך סופּערבאגס. בהמות צום קוילענען ווערן אויפגעצויגן אין מאסיווע פארמס, וואו מ'שטאפט זיי מיט קארן כדי זיי אנצופאשען. דאס זעלבע ווערן טשיקנס אויפגעצויגן אויף א מאסנווייזן פארנעם, און כדי צו פארמיידן קראנקהייטן אויסברוכן, און האלטן די בהמות געזונט, גיט מען זיי אנטיביאטיקס אויף א רוטינעם פארנעם, אפילו פאר פערפעקט געזונטע בהמות און עופות, וואס שאצונגען צייגן אז כמעט 70 פראצענט פון אנטיביאטיקס וואס מען אימפארטירט אריין אין אמעריקע פאר מענטשליכן באנוץ, ווערט למעשה געגעבן פאר בהמות, און עופות.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל