קאלאראדא – די אנטיילנעמער ביי א מאראטאן אין קאלאראדא ספרינגס, קאלאראדא זענען דערשראקן און איבערראשט געווארן, ווען זיי האבן געזען א גרויסן שווארצן בער וואס פרובירט זיך אנצושליסן אין זייער גאלאפ...

דער מאראטאן ווערט אפגעהאלטן יערליך אינעם יעצטיגן אנהייב-זומער סעזאן, מיט'ן ציל אויפצוטרייבן געלטער פאר עטליכע לאקאלע קאלאראדא וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס, און די לויפער האבן געהאלטן אינמיטן גאלאפירן אויף א שאסיי אין די ארטיגע בערג, ווען זיי האבן זיך אנגעשטויסן אין דעם שווארצן גאסט. די לויפער האבן זיך אפגעשטעלט אין שרעק, און האבן מיטגעטיילט דעם פאסיגן כבוד פאר'ן בער, לאזנדיג אים געווינען דעם מאראטאן פון איין זייט שאסיי צום צווייטן, וואו ער איז ווידער פארשוואונדן געווארן צווישן די ביימער, בעת די לויפער, וועלכע האבן ווייטער גאלאפירט און געענדיגט זייער צען-מייליגן מאראטאן, אטעמען פריי אפ.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל