פון שלום שטיסל

ס'טוט זיך קולי קולות, ס'הערשט א צעמישעניש, יא גיוס נישט גיוס, פון ארץ ישראל קומט בריוו'ן אז לא דובים ולא יער, קיין גיוס בני ישיבות קיינמאל נישט געווען, ס'איז א וויסטע חלום פונעם פלג הירושלמי. די בלאט האט שוין אויך צוריק געצויגן פון די גזירה וואס זיי זעלבסט האבן פראקלימירט און געשטורעמט דערוועגן וואכן און חדשים בעפאר. זייער רבי האט אויך גערעדט דערפון כסדר, אבער פלוצים איז דער גזירה עפעס נתבטל געווארן מעיקרא. די יתד און המבשר זענען פארנומען שרייען פה אחד, אז אזא זאך איז קיינמאל נישט געווען און וועט קיינמאל נישט זיין. דער איינער חסידות פון אמעריקא מיט די פלג הירושלמי זענען ס'איינציגסטע טיפשים צו גלייבן אין אזא עלילות שוא ושקר. פאר א אדם פשוט ווי מיר איז געווארן כמעט אומעגליך צו דערגיין די ווארהייט דערפון, חוץ אויב מ'זעהט זעלבסט כמכחול בשפופרות ווי מ'צווינגט אריין היימישן בחור צום צה"ל, און אפילו דעמאלטס איז אויך א ספק, ווייל ס'קען זיין אז ער איז פארשטעלטער אדער א ממזר וכו'.

ווי מ'האט פארשטאנען איז יעדער מודה, אז אויב ס'איז דא א עפעס א גזירה, איז דער בארקלעיס איווענט כשר, נאר היות ס'איז נישטא אזא גזירה, איז עס חזיר טריף, און איז כמעט ביהרג ועל יעבור זיך משתתף צו זיין דארטן. איי וועם גייט עס אן? נישט פארהאן קיין גזירה, זאלן זיי שרייען ביז דאס דאס קול גייט זיי אויס, אבער די הייליגע ראשי ישיבות פארשטייען אז אויב ס'איז נישט פארהאן קיין גזירה, טאר מען נישט מאכן קיין עצרת. די טעם איז - לכאורה - די באקאנטע טעם הכמוס וואס די ליטאים האבן ווארשיינדליך אויסגעבארגט פונעם דברי חיים. און שטייצעך אז ס'איז א פגיעה אינעם כבוד התורה, ובפרט אינעם טיטל גדול הדור, אויף וואס מ'האמיר מקובל פון רבותינו הק' אז אויב איז מען פוגע אינעם טיטל גדול הדור קען ח"ו די הייליגער יתד נאמן פארלירן סובסקרייבערס רח"ל היל"ת, ועונשה בכרת.

וואס ס'איז געשעהן אבער איז אז מ'האט געפילט פאר וויכטיג אויפצושטעלן עימיצען 'יהודה רבי' רעדן ביים עצרת, ווער ס'האט אים געהערט רעדן האט זיך געקענט דאכטן אז מ'האט געברענגט עימיצן מיט א אשכנזישן הברה ווי זיי רופן עס, מ'האט א נאמען געגעבן 'רבי', מ'האט פארשטעלט אין א פראק, מ'האט פאברעצירט א ישיבה מיטן נאמען נחלת משה/הגר״י בן נעים, מ'האט אים געהייסן וויינען און פארציילן סיפורים, ער האט געזאגט נעמען, קיין נייעס האט עס נישט געמאכט, ס'וואלט דאך געדארפט זיין א ראיה ברורה אז ס'גייט יא פאר עפעס א גזירת גיוס, דאס וואלט דאך געדארפט אראפשטעלן די ריכטיגע פאקטן, נאר קוקט אויס אז דער עולם האט עס נישט אפגעקויפט. קיינער האט נישט גע'חלומט אז דאס איז א עכטע מעשה מיט פיקטיווע נעמען. בקיצור, אפגעוויינט אפגעשריגן, און צוריק קיין ישראל, קיינער האט נישט גערעדט דערפון און קיינער וואלט מער נישט געדענקט אז ס'איז בכלל פארהאן אזא פיגור.

אבער היינט אינדערפרי איז ארויסגעקומען א בריוו פון יענעם ראש ישיבה מיטן נאמען הגר״י בן נעים, קודם איז מען געוואר געווארן אז ס'איז יא פארהאן אז ישיבה, זיי האבן אפילו א לעדדערהעד, און דער רעדנער הייסט טאקע רבי, ער גייט טאקע מיט פראק, ער האט עס נישט געקויפט ביי טויס-4-יו ספעציל צום עצרת, די בארד איז א עכטע. בקיצור ס'איז נישט קיין שפיל געווען. דער ראש ישיבה דערמאנט אינעם בריוו די גרויסע חטא פארן רופן א משגיח מיטן נאמען ראש ישיבה, כאטש דאס איז א טיטל פאר יעדן צוציק וואס שטיפט צייט מיט דרייצן יעריגע, יעדע 'מגי"ש / פסיכיאטער / בחור-טרייבער / פאטענציאלע-מאלעסטער' ווערט היינט אזוי באטיטלט. האט ער אבער געטענהט אז דער דרשה האט אנגעשטינקן זיין ישיבה און לא היה ולא נברא. מ'האט קיינמאל קיינעם נישט גענומען פון דעם ישיבה צום מיליטער. ווען וועלט איז ווען וועלט, וואלט ער אויך געשריבן אז ס'איז בכלל נישטא קיין מיליטער אין ארץ ישראל, און דאס גאנצע לאנד ארץ ישראל געפינט זיך נישט אויף די מאפע. ס'קומט אבער ארויס אצינד די אמת אז די נעמען איז טאקע פיקטיוו אבער מ'האט יא קלאר גענומען בחורים פון דארט אין מיליטער, און די אלע מעשיות זענען שוין איינמאל אמת.

ווי ס'ווערט באריכטעט איז דא די גאנצע ליסטע מיט נעמען, ככר השבת שרייבט: ברשימה, כך נודע ל"כיכר השבת", מופיעים פרטים אישיים של הבחורים, מקום מגוריהם ותפקידם היום בצה"ל. כמו כן, הוצגו בפני האדמו"ר מסמכים המעידים כי הבחורים אכן למדו עד לשנה האחרונה בישיבת נחלת משה..

בקיצור, ווי ס'ווערט אצינד נתברר איז יא דא עפעס ממשות צו דעם ווארט גזירת גיוס, אויב האט דער עצרת געדארפט אויפווייזן אז ס'איז יא דא עפעס א גזירה, האט עס אצינד עס אויפגעוויזן מיט די עכטע קאלירן.

כ'הייב שוין עפעס אן גלייבן אז יש דברים בגוי, די שאלה איז נאר פארוואס פון בני ברק איז דא אזא שטארקע מערכה דערקעגן, איז דאס ווייל ס'איז נישט אמת, אדער וועגן א צווייטע סיבה...



די שאלה איז מיר אינטרעסאנט. וואס מיינט ׳גזירה׳? אז מ׳נעמט מענטשען צום מיליטער, איז א גזירה? אדער אז מ׳נעמט אומפארהייראטע מענטשען, דמיתקרי בחורים, אין מיליטער? אדער ווען מ׳נעמט אזעלכע אומפארהייראטע פארשוינען, וואס זענען איינגעשריבען אין אנטשטאלטען דמתקרי ישיבות, אין מיליטער? אדער אז מ׳נעמט בחורים, וואס לערנען תורה, אין מיליטער?

דער וועד הישיבות מיט די חברי כנסת טענה׳ן, אז זייער פליכט איז צו לאזען סיי וועלכע איד וואס וויל לערנען א גאנצע טאג, פטור צו ווערען פון מיליטער. לויט די מצב היינט, הויערט נישט קיין גזירה אויף דער אפמאך מיט׳ן רעגירונג צו פטר׳ן בחורים וואס לערנען. וואס יא? מ׳איז געווארען שטרענגער מיט דעם אז מ׳באקוקט די ישיבות מער ווי ס׳פלעגט זיין (ווער ווייסט ווער איז שולדיג אין דער אויפוועקונג זייערע?), און צומאל ווערען בחורים פארפלאנטערט מיט זייער מעמד. דאס איז גאנץ א זעלטענע ערשיינונג, רוב מעשה׳ס וואס מ׳פארציילט זענען אדער גענצליך נישט אמת אדער עלטערען פארדעקען זייער זוהנ׳ס גליטשען צום מיליטער אדער סתם א בחור א ליידיגייער וואס גייט אהין. אין די זעלטענע פעלער ווען איינער ווערט פארפלאנטערט, פראבירט מען וואס מ׳קען, אבער דער איינציגסטע זאך וואס קען העלפען דער ציבור, איז דער אפמאך.

דער עצרת אין אמעריקא האט זיי געשטערט (דאס ווייס איך פון מענטשען וואס ארבעטען דארט), נישט צוליב די עצרת זעלבסט, נאר צוליב דעם אז זיי מיינען אז די ליטווישע ציבור אין אמעריקא גלויבט טאקע די מעשיות פון די ארגאניזירערס.

די מעשה פון די ספרדישע בחורים איז גארנישט באשטעטיגט. סה"כ ווייסט מען אז מ׳האט געזארגט צו זאגען פאר ככר השבת אז ס׳איז קראנט און א צווייטע האט געזארגט צו זאגען פאר בחדרי חרדים אז ס׳איז נישט קראנט. די צוויי סייטס צוזאמען זענען נישט ווערט איין קאוועשטיבעל.


תכלית סמארטפאון'ס הרגעט אפ די יוגענט אדער נישט?

אויערבאך איז א אגודה'סט אדער נישט?

וואס איז די שאלה? יעדער ענטפערט וואס אים שמעקט, לאמיר פארשטיין פ"וו ביי סמארטפאון'ס וואס אסאך טענה'ן אידן ווי גוים צוגלייך אז דעס הרגעט אפ דעם יוגענט און ס'האט א שטארקע צד צו זאגן און דערצו איז דא אסאך שטארקע ראיות צו דעם ארגיומענט פארשטייסטו אז דער ווער עס וויל דוקא האבן א סמארטפאון וועט טרעפן כל מיני תירוצים אפצוווארפן די אלע טענות אקעגן דעם און דא פארשטייסטו עס נישט

נאר דאס קומט פון חוסר ידיעה איבער די מצב אבער נאכן ווייסן וועט זיין א תשובה לדבר

נפק"מ בין גזירות גיוס און אנדערע וואס דעס ברענגט א שרעקליכע סמיות עינים


גזירת גיוס חי וקים ליידער יה"ר שתבטל מעלינו כל גזירות קשות

אבער אנדערש ווי אלע אנדערע אזאנע סארט גזירות איז ביי דעם פאל צוליב דעם וואס די ממשלה האט באשלאסן צו איבער קומען די אלע שטערערס פון די ביז איצטיגע גזירות,
ווי אזוי ? פשוט דורך גיין שטייטלעך באקאנטער סלאגאן slowly but surely שטילערהייט צוביסלעך

-כדאי קלאר צו זיין עס איז געווען א תקופה אינדערמיט וואס די רעכטע עקסטערעמיסטן נגד דתים האבן געהאט די ממשלה אין די האנט און דאן האבן זיי געוואלט אינגאנצן מבטל זיין די מעמד בן ישיבה נישטא קיין פטור נישטא קיין דחוי, די געזעץ האט געהאלטן אין פראסעס פון דורכגיין מ'האט געפייט קעגן דעם מ'האט זיך אנגעטון קייטלעך אין כנסת וכו'. באותו הזמן אין יענע תקופה האט די גאנצע אידישע וועלט ארויסגעגאנגען במלחמת חרמה מ'זאל זיך נישט שטעלן צום לשכת מ'זאל גיין אין תפיסה מיט מסי"נ מיר זענען דורך דעם אינקוויזיציע וועל מיר דאס אויך דורך גיין דאן האט די גאנצע חרידישע וועלט געשטאנען אייניג ס'איז פארגעקומען עצרת מיליון ס'האט געדארפט דא פארקומען א ריזיגע עצרת ווי בעלזא רב מיט עור רבי האבן געדארפט אין א היסטארישען געשעניש קומען קיין אמעריקא שרייען בקיצור דאן איז די גזירה געווען בתוקפו און כל ישראל איז געשטאנען אייניג אחוץ הרב אהרן לייב יודא שטיינמאן וואס ער האט דאס דאן אויך געוואלט משתיק זיין מיט תירוצים שונים בעיקר אז מ'וועט דאס מסדר זיין אליין מ'וועט פארהאנדלען און פארשטייט זיך אויפ'ן חשבון פון מקריב זיין עטליכע טויזנט בחורים על אש הצהל וכל טומאותיו-

שפעטער איז געשען דאס אז מעשי שטן הצליח און די אגודאים האבן ארויסגעברענגט שווערע וויילער מער ווי סיי ווען -עס דארף צו הייסן אז צוליב א ריס אין א אנדערע פארטיי זענען די יעניגע פון יענע פארטיי ארויסגעקומען שוואכער (אוי מ'דעמאנט זיך זכרונות דאן איז געווען נאך די היסטארישע נסיעה פון רז"ל מסאטמאר והבן.........) עכ"פ עס איז אויסגעקומען אז די אגודאים האבן צוריק איבערגענומען די זאך בעיקר האבן דעמאלט די אומפארשעמטע פינאנץ מיניסטער לאפיד און בענעט פארלוירן זייער פאזיציע אונטער די נייע קאליציע פון נתניהו און נייע ווינטן האבן אנגעהויבן בושעווען בעיקר איז געלונגען צוריק צו ברענגען די דחוי און די פטור כשנים קדמויניות ממילא איז אוועק געפאלן דאס ענין פון זיך נישט שטעלן און אלע שטעלן זיך טאקע

ס'דארף צו הייסן אז די אגודאים האבן ערלעדיגט אפצושטופן מיט א הסתגלות בי עס, וואס ביז דעמאלט וועט מען אפמאכן מי יחי' ומי ימות און ווי אזוי מ'וועט זיך ווייטער באגיין מיט די אריינכאפן די בחורים אין טמאנעם מיליטער

אבער אין די צייט פון הסתגלות ארבעטן די ממשלה ווייטער אריינצוכאפן וואס מער רוב ברצון פון אזעלכע אוי טי דיס מער ווייניגער, אמאל אפי' ערליכע און פארשטייט זיך מ'מאכט א רייץ צו גיין און חברים שלעפן צו אנדערע דערמאן דיך צוריק אין די ישיבה יארן די באמעס מיט די פעסטע בחורים מיט די ציגרעטלעך און מיט די פאון'ס און שפעטער מיט לייסענס באל געים'ס און אזוי ווייטער אזא מין בחינה טוט זיך אפ
איינע פון די טאקטיקן איז אריין שיקן חרדיק"ם צווישן די קנאישע לאגערן אנהייבן צוביסלעך צוגעוויינען דעם עולם אז א חרידישע מיליטער מאן איז א נארמאלע זאך

ועל כולם ובעיקר האבן זיי אנגעהויבן ארבעטן אין די צווישן צייט צו מאכן די גאנצע מעמד בן ישיבה פטור/דיחוי פאר זייער שווער צו באקומען ממש על מנת שתעלה לרקיע תנאים

פטור ווילן זיי בכלל מער נישט געבן -איך רעד נישט יעצט אויף די מינוט נאר צוביסלעך שווערער און שווערער נאר פאר איינעם וואס עס איז באמת משוגע. פארוואס טוען זיי דאס סאטמאר/קנאים : פשוט ווייל זיי ווילן שווער מאכן די פטור אזוי וועלן מער בחורים מוזן אנקומען אין מיליטער די טענות נגדם : ניין נאר די ממשלה איז פלוצים קלוג געווארן און זיי ווילן מער נישט זיך לאזן אזוי ווי ביי יעדע רעגירונג ווערט קונצען אין פראד ווי למשל פראד אין מארגיזש און סעקשן 8 וכדו' לאט מען ווייניגער און ווייניגער מאכן קונצן די זעלבע דא

דחוי ווילן זיי אנהייבן געבן נאר פאר ווער עס לערנט -יעצט לע"ע 45 שעה א וואך- אבער לערנט טאקע נישט ער דאוונט דעמאלט נישט ער עסט דעמאלט נישט ער רוט זיך אפ די אלע זאכן טוט ער אין אנדערע שעות די 45 שעה לערנט ער נאר אז נישט איז ער נישט קיין בן ישיבה דאס מיינט 6 טעג א וואך 8 שעה פלאס די זיבעטע טאג 5 שעה און די משגיח קטן אדער גדול....... דארף דאס באשטעטיגן אויף א אפיציעלע רעגירונגס אפליקאציע ווי אויף אזא דאקומענט אויב מ'כאפט דיר ביי א ליגענט קענסטו זיצן דערפאר דאס איז אזא חכמהלע יעדער ווייסט אז א עווריזש בחור אין ישיבה לערנט נישט קיין 8 שעה א טאג מילא מיט דעם ערלעדיגן זיי שוין א 50 % פון די בחורים און זיך צו פארלאזן אויף דעם אז מאי כל הרעש וועלן די מגי"ש שרייבן אידיש........ מ'וועט שרייבן ליגענט דאס איז גוט ווען ? ווען קיינער קוקט נישט איבער אבער דא גייט מען יא קוקן און אז מ'וועט כאפן איין משגיח ביי א ליגענט און מ'וועט אים איינזעצן וועלן אלע אנדער נערוועז ווערן און ציטערן וועט דאס שרייבן אויך ווערן שווער און מ'וועט שרייבן אמת

יעצט פ"וו טוען זיי דעס ? איז צוריק צו פריער..... שתי דרכים סאטמאר/קנאים כנ"ל טענות נגדם : זאל זיין ס'דארף טאקע אזוי זיין אז דער בחור וואס לערנט נישט 45 שעה דאס מיינט לשיטתם ער שטיפט די צייט באלאנגט ער נישט אין ישיבה נאר אין מילטער מיט אלע זייערע טומאות אוי לאזנים שכך שומעות הי' לא תהי'

נאך א זאך וואס זיי האבן אנגעהויבן טון זיי האבן דאך א פראבלעים אזויפיל ישיבות אויף דער וועלט אנא יכנס כל הפשתן מ'דארף דאך פון יעדן יחיד קער נעמען גייט מען מאכן פון די לארזש פאאל א קליינע, און מ'גייט מאכן פארשידענע תנאים ווי אזוי א ישיבה זאל זיין עלזשעבעל צו באומען בכלל א מעמד בן ישיבה מוז זיין א שיינע בילדינג מוז האבן אזויפיל און אזויפיל בחורים וכו' אזוי אז די קליינע ישיבות באקומען נישט א מעמד בן ישבה בכלל אבער מ'קען דאך נישט גיין ממש אזוי מ'ארבעט דאך דא אויף חכמהלעך דעריבער איז די אפיציעילע שטעלונג אז די קליינע ישיבות קענען זיך איינגעבן אלס איינער פון די גרעסערע ישיבות

און אזוי ארבעט מען צוביסלעך צו האבן אלע ישיבות אין די הענט מאכן א פחד אויף די משגיחים אויפהערן מיט פטור'ס און מאכן דעם דחוי שווערער און שווערער

דאס איז די לאנג ראן פלען אבער אפי' היינט זוכן זיי אויך ווי זיי קענען מאכן פראבלעמען פאר בחורים

איז אזוי די וועד הישיבות ווייסן פון די אלע זאכן זיי ווייסן וואס עס גייט פאר און די אלע פלענער און זיי דרייען זיך אן א קאפ אבער איין זאך ארויסקומען מיט'ן אמת און שרייען דאס נישט שטיל מאכן זיך בלונד מאכן זיך איינרעדן אז פונקט ווי מ'האט מצליח געווען ביז יעצט וועט מען ווייטער מצליח זיין פארוואס זענען זיי טאקע שטול פ"וו רעדן זיי זיך איין אז זיי גייען טוישן די זאך אויף דעם איז די תירוץ געלד מ'באקומט גרויס געלד פון די רעגירונג און מ'נעמט איין א שווייגעניש אוי לנו

דאס איז די מציאות לע"ע, און אויף דיין שאלה צו ס'איז דא א גזירה די תירוץ איז יא אבער מ'האט דאס אויסגעשטעלט גענוג קלוג אז מ'זאל עס קענען פארדעקן און פארלייקענען אויף די מינוט

מחלוקת במחנה האגודאים


אינמיטן די צייט האט אויסגעראכן א מלחמה צווישן די דגל התורה מרן שטיינמאן'ס חברה האבן אזוי מאנאווערט די נומערן וואס מ'דארף האבן צו קענען לויפן פאר א בענקל אין כנסת אז מנחם כרמל פון די אויערבאך פארטיי זאל פארלירן זיין זכות צו לויפן און מ'רייסט זיך ארגער ווי ביי די חסידים, אויערבאך קען נישט מסכים זיין אז שטיינמאן האט אויפגעטון מיט די גיוס עפעס ממילא לאט ער זיך נישט שטעלן צום לשכת און שטיינמאן פראבירט ווי ווייט צו מאכן די גזירה גארנישט און מיט דעם אוועקמאכן אויערבאך געים פון קנאות

און אט די מחלוקה האט געברענגט צו די אלע ערבוביות בריוון פאקטן ספרדים מיט די אלע זאכן דאס אלעס האט צו טון מיט די פאליטיק צווישן איין אגודסט און א צווייטן וואס זיי זענען אויף מעסער שטעך שוין יארן איינער וויל ווייזן דעם צווייטן און אזוי ווי דאהי אין אריזאנע איז דא צוויי פאקטן איין פאקט זאגט אז עס רעגנט און די צווייטע פאקט זאכט אז נישט איין פאקט זאגט אז די וואסער איז זאלציג און דער צווייטער זאגט אז נישט די זעלבע דא די שטיינמאן פארטיי ווי אלע פראבירן אינגאנצן צו פארלייקענען בעיסט אויף די אלע זאכן וואס עס איז געשריבען אויבן און מיט נאך אזעלכע נארישע סברות כרסיות ווי עס איז גארנישט ארגער עס איז די זעלבע ווי אמאל, די נומערן זענען נישט אמת, בקיצור ס'רעגנט יא אדער ס'רעגנט נישט

און די מחלוקה פון די אגודיסטן דגל התורה מיט די מלפנים דגל און היינט פלג ירושלמי/עץ פארטיי איז אריבער צו די באקאנטע אמעריקאנע קאמפעטישאן'ס

סאטמאר מהרא: שרייען לאז דיך ארויס פון זייער פאליטיק בקהלם אל תחד כבודי מיר האבן גארנישט דערמיט אונז הער מיר נישט אויס זייערע פאקטן און זייער אויפגעבלאזעכצער פאר זייער פראפעגאנדע נאר מיר גייען צום אמת'ן פראבלעים נעמליך די אלע זאכן וואס מ'האט אויסגערעכנט אויבן און צו דעם ברענגען זיי שטארק ארויס די בלאף פון די אויערבאך פארטיי

סאטמאר רזל: מיר מוזן זיך אננעמען פאר די אויערבאך פארטיי זיי זענען געווארן קנאים זיי האבן נאך טאקע נישט קיין שיעור אין ויואל משה יעדן טאג און זיי זענען מודה צו די מדינה בכל יום ויום אבער פארט האבן זיי צווישן אלע זייער מוסדות און ישיבות צוויי מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלד זיי גייען דאך נישט צו די בחירות ווי לאנג מ'געט זיי נישט צוריק די בענקל אין רעגירונג און מ'נעמט צוריק מנחם כרמל אבער צו די בחירות עירי' גייט מען און מיט דעם עוכר ישראל ניר ברקת ארבעט מען צוזאמען די לויטענעט איז א אויערבאך אנהענגער אבער למעשה שטעלן זיי זיך נישט צום לשכת ווייל זיי ווילן ווייזן פאר שטיינמאן אז ער האט גארנישט אויפגעטון

און מ'קויפט אפ אלעס וואס אויערבאך זאגט טייל זענען אמת און טייל נישט און אלע אינפארמאציע נעמט מען פון אויערבאך אמת און נישט אמת בקיצור מ'האט כורת ברית געווען מיט די האלבע קנאי/אגודיסט אויערבאך

און דאס האט געברענגט די אלע צומישענישן ארום דעם כנוס

אין יעדע פרט קען מען מאריך זיין דאס איז אויפ'ן שפיץ גאפל

יעצט די קשיא צו ס'איז יא דא א גזירה צו נישט ווענד זיך וועם דו ווילסט אויסהערן צו די פאקטן וואס דרייען זיך ארום איז אמת צו נישט ווענד זיך ווידער צו וועם דו רעדסט צו ס'רעגנט אין אריזאנע צו נישט ווענד זיך צו וועם דו רעדטסט

איך מיין אז מיט דעם זענען אלע קושיות פארענטפערט

סיי איבער די עצם גזירה און סיי איבער די פאקטן און בריוו אויסטויש פון די ר"י

אין סאטמארע קהלה טוט מען וואס מ'האט אלס געטון מ'ווייסט נישט פון די אלע זאכן מיר מישן זיך נישט אין זייערע פוליטיקס און מווער מיר נישט נתפעל פון זייער פאלש געוויין און מיר זענען זיך מתבדל פון יעדע אגודיסט צו הייסט ער אויערבאך צו הייסט ער שטיינמאן

און מ'וועל מיר ווייטער שטיין אויפ'ן פראנט זיך שלאגן מיט'ן ריכטיגן פראבלעים ובשם ד' נעשה ונצליח

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל