די אמעריקאנער סטעיט דעפארטעמנט האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זי רופט רוסלאנד צו באפרייען די ארום 1,700 פראטעסטירער וועלכע זענען פארהאלטן געווארן נעכטן אין לויף פון די פראטעסטן, וועלכע זענען פארגעקומען איבער גאנץ רוסלאנד, אריינגערעכנט דעם אפאזיציע פירער און פראטעסט ארגאניזירער אַלעקסיי נעוואַלני. אינעם סטעיטמענט זאגט דאס ווייסע הויז אז די ארעסטן זענען א ״בושה פאר א דעמאקראטיע״, און גערופן פאר זייער באלדיגע באפרייאונג.

אין די מידיא איז ערשינען שוידערליכע באריכטן איבער די ברוטאליטעט פון די רוסישע אויטאריטעטן צו דערשטיקן דעם קול מחאה. צווישן די ארעסטירטע רעכענען זיך נישט בלויז פראטעסטירער נאר אויך דשורנאליסטן, פאליטישע אקטיוויסטן, און סיי וועם די רעזשים זעהט פאר א געפאר פאר די רעזשים פון פוטין. די קרעמלין האט היינט באצייכנט די באמערקונגען פון אמעריקע אלס ״נארישקייטן וואס מיר לייגן אפילו נישט צו קיין אויפמערקזאמקייט דערצו״.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס די סענאט האט געשטימט צו ארויפלייגן פרישע סאנקציעס אויף רוסלאנד, פאר׳ן אנהאלטן די אקופאציע אין די האלב-אינזל קריימיע, און פאר אירע קרימינאלע אקטיוויטעטן אין סיריע. די סאנקציעס קומען באגלייט מיט א פראוויזיע וועלכע מאכט עס שווער פאר׳ן פרעזידענט צו פארלייכטערן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל