די נייעס קוואל ״בלומבערג״ דעקט אויף אז די רוסישע העקעריי פון די פארגאנגענע וואלן זענען געגאנגען טיפער און ברייטער ווי מען האט פריער געגלייבט, און אז די רוסישע העקערס האבן באוויזן זיך צו אריינכאפן אין די סיסטעמען פון אזויפיל ווי 39 שטאטן, און פרובירט זיך צו ארומשפילן מיט זייער עלעקטאראלע סיסטעם צו טוישן די רעזולאטאטן פון די וואלן. די פרואוון זענען נישט געלונגען, אבער דאס האט באוואויגן פרעזידענט אבאמא צו נעמען פרעצעדענטלאז שארפע שריט קעגן רוסלאנד, ספעציעל אין ליכט פון דעם וואס די העקעריי האט פאסירט נאכדעם וואס פרעזידענט אבאמא האט פערזענליך געווארנט פרעזידענט פוטין גאר שארף איבער די קאנסעקווענצן פון די רוסישע טאקטיקן.

די העקעריי איז געווען אויף דאטאבאזעס און וואל סיסטעמען, און איז פארגעקומען אין די וואכן פאר די וואלן. די נייע אינפארמאציע קומט פון די דאקומענטן וועלכע איז איבערגעגעבן געווארן פאר די פרעסע דורך א ארבייטארין פאר די ען-עס-עי וואס געפונט זיך יעצט אונטער ארעסט פאר דעם. די באריכט זאגט אויך אז די רוסן האבן נישט גענוצט די צוטריט וואס זיי האבן געהאט צו פולע סיסטעמען אינעם וואל טאג זעלבסט, ווארשיינליך צוליב די שארפע ווארנונג פון פרעזידנעט אבאמא, אדער צוליב דעם וואס די פעלשערייען וואלטן געווארן אויפגעדעקט.

די פרישע אינפארמאציע ווארפט א פרישע ליכט אויף ווי ווייט די רוסן האבן פרובירט צו פארארבייטן מיט אלע מיטלען צו שטערן די דעמאקראטישע פראצעדור. עטליכע רעפובליקאנער געזעצגעבער האבן גערופן אז דער פרעזידענט זאל איינמאל פאר אלעמאל מאכן א שארפע סטעיטמענט און פארדאמען די רוסישע שריט, ספעציעלע יעצט ווען אין סענאט און אין קאנגרעס ווערן ארויפגעלייגט פרישע סאנקציעס.

Image Alternative Text

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל