פון: פיינע נייעס

די בריטשיע פרעמיער מיניסטארשע טערעזע מעי וועלכע איז ארויסגעקומען שטארק אפגעשוואכט אין די לעצטע וואלן האט נאך עטליכע וואכן פאליטישע פארהאנדלונגען באוויזן צו צונויפשטעלן א קאאליציע פון די קאנסערוואטיווע פארטיי וואס האט נישט באוויזן צו געווינען א מערהייט פון די זיצן אין פארליאמענט, וואס באדייט אז זי מוז פארעמען א קאאליציע מיט נאך א פארטיי כדי צו באקומען א מערהייט אין פארליאמענט. היינט האט די בריטישע פרעמיערין געמאלדן אז זי האט געגרייכט א אפמאך מיט די צפון-איירלאנד פארטיי אונטער וועלכע זיי וועלן אריינקומען אין איר קאאליציע, אלס טייל פון די אפמאך וועט די רעגירונג צושטעלן 1.5 ביליאן שטערלינג פונט פאר די אנטוויקלונג פון צפון איירלאנד, א סומע וועלכע ברענגט אויף קריטיק וויבאלד די בריטישע רעגירונג האט אין די לעצטע יארן געשניטן פאנדן פאר פארשידענע וויכטיגע פראגראמען אריינגרעכנט פאר פאליציי, און די געלט ווערט געזען ווי א איבערגעטריבענע סומע און ווי פאליטישע שוחד.

בילד: פאליטיש-אפגעשוואכטע טערעזע מעי שטעלט צונויף פרישע קאאליציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל