פון: פיינע נייעס

א שיסעריי אין מינאסאטע פון פילאנדאו קאסטיל, א שווארצע יונגטליכער, האט געברענגט שווערע פראטעסטן און ראיאטן, פאריגע וואך האט א געריכט ריינגעוואשן דעם פאליציי אפיציר פון מארד קלאגעס נאכדעם וואס די ווידיא צייגט אז עס האט אויסגעזען ווי דער יונגטליכער נעמט ארויס זיין ביקס, און די געריכטליכע אורטייל האט געברענגט א פרישע כוואליע פון פראטעסטן, די פאליציי דערפארטמענט האט געגרייכט א אפמאך מיט די פאמיליע צו צאלן 3 מיליאן דאלער אין אנטשעדיגונגס געלטער און זיי זאלן מער נישט אנגיין מיט זייער געריכטליכע און עפנטליכע קאמפ קעגן די פאליציי דעפארטמענט און אזוי אויך טון וואס זיי קענען צו איינשטילן די אומרוען. די פאמיליע האט געזאגט אז די געלט וועט גענוצט ווערן פאר א פאנד וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין אנדענק פון קאסטיל צו פארמינערן גאן געוואלדטאטן.

בילד: פאמיליע פון דערשאסענעם פילאנאו קאסטיל באקומט 3 מיליאן דאלער פארגיטיגונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל