פון: פיינע נייעס

א פאטער וועלכע האט זיך באטייליגט ביי די באגרעבעניש צערעמאניע פון זיין אייגענע זון איז איבעראשט געווארן אים צו טרעפן 11 טאג שפעטער שפאצירן אויף די אייגענע פוס, עס הערט זיך ווי א לעגענדע אדער א פאנטאזיע אבער איז אייגנטליך א אינצידענט וואס האט פאסירט אין קאליפארניע מיט עטליכע וואכן צוריק און איז יעצט באקאנט געווארן, עס האט זיך אנגעהויבן פאריגן מאי 6 ווען א 82 יעריגער פאטער האט באקומען א טעלעפאון רוף אז מען האט געטראפן א קערפער באהאלטן צווישן די הויכע גראז אונטער א טעלעפאן געשעפט און עס שיינט צו זיין די קערפער פון זיין זון וואס איז גייסטיש באגרעניצט און איז געווען פארשווינדען פאר א שטיק צייט, די פאליציי האט געזאגט אז די קערפער צייגט אלע סימנים פון זיין זוהן און איז דער זעלבער עלטער און זיי קענען זאגן מיט פולע זיכערקייט אז עס איז זיין קערפער צולייגנדיג אז עס פעלט נישט אויס צו אראפקומען אידענטיפיצירן. עס איז אפגעראכטן געווארן א צערעמאניע און ער איז באגראבן געווארן, אבער מיט 11 טעג שפעטער האט דער זון אריינשפאצירט צום טאט׳ן אין שטוב, און ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דער באגראבענער א צווייטער אינעם זעלבן עלטער און מיט ענדליכע שטריכן.

בילד: באגראבענער מענטשן אין קאליפארניע שטעלט זיך ארויס צו זיין לעבעדיג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל