פון: פיינע נייעס

היינט איז געווען די לעצטע טאג פון די יעצטיגע סעסיע פונעם העכסטן געריכט פאר זיי גייען ארויס אויף זומער אורלויב, און זיי האבן ארויסגעגעבן א רייע אורטיילן וועלכע האבן געמאכט נייעס, צווישן אנדערע האט פרעזידענט טראמפ ענדליך געהאט א טיילווייזע לעגאלע זיג מיט זיין רייזע פארבאט וואס שלעפט זיך שוין לאנגע מאנאטן אין געריכטן, דער געריכט וועט אפהאלטן א פארהער איבער דעם פארבאט קומענדיגן אקטאבער אבער פאר די קומענדיגע 90 טעג האט דער פרעזידענט די רעכט צו ווייטער גיין מיט׳ן רייזע פארבאט אויף די זעקס מוסלעמענער לענדער, איראן, ליביע, סודאן, סאמאליע, סיריע און תימן. אזוי אויך האט דער געריכט געגעבן א ערלויבעניש צו אפשטעלן דאס אריינלאזן פליכטלונגען פאר 120 טאג, דאס געריכט וועט מער גרונטליך אריינקוקן אין די גאנצע קעיס נאכדעם וואס זיי קערן זיך אום פאר די קומענדיגע סעסיע. דער פרעזידענט האט באגריסט דעם געריכט אורטייל און געזאגט אז דאס איז קריטיש וויכטיג פאר די פארטיידיגונג פון אמעריקע.

בילד: פרעזידענט טראמפ האלט אפ זיג אין העכסטן געריכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל