פון: פיינע נייעס

אין די טעג ארבייטן שווער די אנפירער פון די מאיאריטעט אין סענאט צו פארזיכערן גענוג שטימען פאר די העלט קעיר געזעץ וועלכע קומט צו אנולירן און ערזעצן די  העלט קעיר ביל פון פרעזידענט אבאמא. די רעפובליקאנער געניסן פון א שמאלע מערהייט אין סענאט פון בלויז 52 סענאטארן, און נעמנדיג אין באטראכט אז קיין איין איינציגע דעמאקראט אין סענאט שטייט נישט מיט, דארפן זיי צוקומען צו די שטיצע פון יעדע איינציגע רעפובליקאנער, אבער די פראבלעם איז אז אין די רעפובליקאנער פארטיי זענען פארהאן פארשידענע פראקציעס און טייל זענען נישט צופרידן פונעם ביל ווייל עס גייט נישט גענוג ווייט מיט׳ן אנולירן אבאמא קעיר, און טייל זענען דערקעגן ווייל עס גייט צו ווייט און לאזט איבער אסאך מענטשן אן קיין העלט קעיר. דערווייל האבן שוין 5 רעפובליקאנער סענאטארן געזאגט אז זיי קענען נישט שטיצן דעם ביל אין איר יעצטיגן פארעם און פארלאנגען צו אריינלייגן טוישן וואס באדייט אז עס קען זיי א לענגערע פראצעדור ביז עס ווערט באשטעטיגט.

דאס קומט אינעם זעלבן טאג וואס די אומפארטייאישע קאנגרעסיאנעלע בודשעט אפיס האט געשאצט אז די יעצטיגע ביל וועט איבערלאזן 22 מיליאן מענטשן אן קיין העלט אינשורענס, און וויאזוי עס זאל נאר זיין וועט די ענדגילטיגע געזעץ נישט זיין אין איינקלאנג מיט די קאמפיין צוזאגן פונעם פרעזידענט וועלכער האט פארשפראכן אז ער וועט נישט שניידן די מעדיקעיר פראגראם און צוגעזאגט אז אונטער זיין העלט קעיר פלאן וועט ״יעדער איינער האבן אינשורענס״ און נאך פאר א ביליגערע פרייז. דער פרעזידענט האט מיט עטליכע וואכן צוריק געזאגט אז די געזעץ וואס די קאגרעס האט דרוכגעפירט איז ״שלעכט״ אבער האט נאך אלס געזאגט אז ער שטיצט סיי וועלכע פארשלאג עס וועט ענדיגן אבאמאקעיר.

בילד: טראמפקעיר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל