פון: פיינע נייעס

פעדעראלע אגענטן האבן היינט אינדערפרי באפאלן 4 אידישע היימען אין לעקיוואוד, און ארעסטירט די פארפעלקער אין א ברייט פאבליצירטע ארעסט. עס האנדלט זיך אלעס אינאיינעם פון ארום אנדערטהאלבן מיליאן דאלער אין בענעפיטן ווי סעקשאן 8, פוד-סטעפמס און דאס גלייכן, אבער די אויטאריטעטן האבן באצייכנט די וועלפעיר פראוד אלס א ״שווינדל אויף א פארנעם וואס ניו דשערזי האט זעלטן געזען״.

בילד: כוואליע פון ארעסטן אין לעיקוואוד איבער אנגעבליכע שווינדלערייען מיט רעגירונג פראגראמען

די ארעסטירטע וועלן זיך שטעלן היינט פארנט פון א ריכטער, און עס ווארט זיי ליידער אפ פעדעראלע און קרימינאלע קלאגעס. דער פראקערור האט געזאגט ביים מעלדן איבער די ארעסט, אז ״וועלפעיר שווינדל און שטייער פארהוילונג איז גאר שטארק פארשפרייט ביי די געמיינדע אין לעיקוואוד״, און צוגעלייט אז דאס איז נאר די אנהויב, און נאך ארעסטן וועלן נאכפאלגן. די ארעסט קומט מיט עטליכע טעג נאכדעם וואס עסקנים האבן אלאמירט ביי מעמד ״דינא״ אין וויליאמסבורג, איבער די געפאר פון זיך שפילן מיט רעגירונג פראגראמען. עס איז צום האפן אז די ארעסטירט וועלן ווערן ריינגעוואשן, און עס וועט בלויז דינען אלס דערמאנונג צו זיין מער געווארנט אין דינא דמלכותא.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל