די טריניטי לוטערן קירכע פון די סטעיט פון מיזורי האבען איינגעבען אן אפּליקאציע צו פארעכטען זייער סקול 'פּלעי-גראונד' [שפּיל אָרט]. די סטעיט פון מיזורי האט א פּראגראם וואס שטעלט צו ספּעציעלע 'ראָבּער' צודעק וואס ווערט פּראדוצירט פון ריסייקלט קאַר רעדער צו פארדעקן שפיל פּלעצער, ווי עס געפונט זיך אין דער הויף פון דער מיזורי קירכע. מיזורי האט זיך אפגעהאלטן פון צו געבען זיי געלט שטיצע פאר דער פראיעקט, מיט'ן אויסרייד אז צוליב דער קאנסטיטוציע פון מיזורי וואס האט א פארבּאט אז קיין שום געלט פון דער סעיט טאר נישט גענומען ווערן פון דער פּאָבליק אוצר און געגעבען ווערן דירעקט אדער אומדירעקט צו שטיצן סיי וואס-פאר-א קירכע, סעקטע, אדער טייל פון סיי וועלעכע רעליגיע". מיזורי איז איינע פון 39 סטעיטס וואס האבען אין זייערע קאנסטיטוציע ענליכע באגרענעצונגען, די לשונות ווערן אלגעמיין אנגערופען "בּלעין-אמענדמענדס". און שוין צענליגע יארן וואס אגודת ישראל קעמפט אנטקעגען די סארט באגרענעצונגען.

דער קעיס וואס ווערט אנגערופען 'טריניטי לוטערן ווערסעס קאָמער' האט אנגעפרעגט דעם קאורט צו די סטעיט פון מיזורי מעג צוריקהאלטן אלגעמיינע נוטראלע שטיצע פראגראמען פון רעליגעזע מוסדות לויט דער 'פירסט-אמענדמענט' פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע [געזעצען פון אלע סטעיטס זענען אונטערטעניג צו דעם אמעריקאנער קאנסטיטוציע]. דער היינטיגער אורטייל וועט שפילען א וויכטיגע ראלע אין די פול שתדלנות ארבייט פון אגודת ישראל, און וועט בעז"ה אויסברייטערן א וועג אז מער קינדער זאלען האבען א מעגליכקייט צו האבען "סקול-טשויס" און אויך שטיצע אין אנדערע געבּיטען.

פאלגענד איז א דערקלערונג פון הרב אבא קאהן, וויצע פּרעזידענט פאר פעדעראלע ענינים און דירעקטור פון אגודת ישראל'ס אפיס אין וואשינגטאן די. סי. אויף דעם היינטיגער אורטייל פון דער סופּרים קאורט:
דער היינטיגער אורטייל איז איינע פון די וויכטיגסטע אורטיילען איבער רעליגעזע פרייהייט פון פול דורות, און עס איז צו האפען אז אין דער צוקומפט וועט עס צושטעלן דער פולסטען מאס פון גלייכ-גערעכטיקייט פאר אמעריקאנער בירגער און פאר מוסדות פון אמונה. אגודת ישראל האָפט און גלויבט אז דער אורטייל וועט האבען א בּרייטער עפעקט איבער אונזער לאנד, ספעציפיש אין סטעיטס וואס האבען 'בּלעין-אמענדמענטס' און אז מ'וועט קענען נוצען דער אורטייל אויף מערערע ענינים, צב"ש 'סקול-טשויס' און געלט פאר שמירה פראגראמען, וואס זענען גאר וויכטיג פאר דער ארטאדאקסישע קאמוניטי. 

בילד: אגודת ישראל באמריקה

שוין צעליגע יארן וואס אגודת ישראל קעמפט קעגען בלעין אמענדמענטס וואס רעפּרעזענטירן א טונקעלען וואלקען איבער אונזער היסטוריע. די שטערונג'דיגע לשונות שטאמען פון א שנאה כבושה, ספעציפיש קעגען רעליגע און זייער נאכפאלגער. דאס אז ביז היינט האט מען דאס צוגעלאזט איז א סימן פון אן עקעלהאפטיגע האַס. דער קאורט'ס אורטייל האט איין-מאל-פאר-אלעמאל אפּגעוואפען דער פיינדליכקייט קעגען רעליגע און רעליגעזע און וועט אונטער-גראבען און באגרענעצען דער באנוצונג מיט לשונות פון בלעין-אמענדמענטס.

דער אומ'יושר'דיגע און אבּסערד קאנסעקווענסען פון די 'בּלעין אמענדמענטס' ווערן באשיינפערליך באוויזען אין דער טריניטי קעיס. אז א געזעץ צו פארבּאטן רעליגעזע מוסדות – און טאקע נאר דערפאר נאר ווייל זיי זענען רעליגעזע מוסדות – פון אנטייל צונעמען אין פראגראמען וואס פארזיכערען דעם געזונט און זיכערהייט פון סקול-קינדער בשעת זיי שפילען זיך אין שול-הויף, איז א געפערליכע אויסנאם פון אונזער געזעץ און איז א עקסטרעמע מוסטער פון אפענער האס.

בשעת ווען רעליגיע איז אונטער אטאקע פון מערערע זייטען, האט דער סופּרים קאורט מיט א הויעכער שטימע באשטימט, אז לויט אונזער קאנסטיטוציע, אז רעליגיע, נאר צוליב ווייל עס איז רעליגיע, טאר מען נישט אפּזינדערן און מאכען ליידען פון דיסקרימינאציע אין דער אמעריקאנער לעבענס געזעלשאפט. אגודת ישראל האפט, און איז גרייט צו קעמפען אז אין דער צוקומפט זאלען אלע אמעריקאנער האבען גלייכע רעכט און זיין בארעכטיקייט צו געניסען אין פולסטען פון די סערוויסעס און חסד וואס אונזער רעגירונג אפערט פאר אירע בּירגער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל