זינט די אנהויב פון די ״קריג קעגן טעראר״ וועלכע פרעזידענט בוש האט אנגעהויבן אין 2002 האט אמעריקע געהאט א קאמפליצירטע צוגאנג צו פאקיסטאן, טראצדעם וואס זי האט געוויסט אז פאקיסטאן שנעקט א בלינדע אויג פאר טעראר אקטיוויטעטן וואס קומען פאר ביי זיי אין לאנד, און פולע מאל טוען זיי אקטיוו מיטארבייטן מיט די טאליבאנער און אנדערע עקסטרעמע פראקציעס, האט אבער אמעריקע דאס איגנארירט און פרובירט צו אנהאלטן גוטע באציאונגען מיט פאקיסטאן פאר יעדן פרייז, סיי וויבאלד זיי זענען א סטראטעגישע מיטגליד אין די אנטי-טעראר קאאליציע צוליב זייער געאגראפישע פאזיציע, און אזוי אויך אויס שרעק אז גיין צו שטרענג מיט זיי וועט אריינשטופן א נוקלעארע מאכט אין די הענט פון עקסטרעמיסטן.

לויט א באריכט אין ״רויטערס״ טוט פרעזידענט טראמפ באטראכטן צו טוישן אמעריקאנער פאליסי און זיך נעמען גאר שטרענג איבער פאקיסטאן סיי ווען עס קומט צו טעראר און סיי ווען עס קומט צו אנדערע אינטערנאציאנאלע פארלעצונגען, דאס קומט נאכדעם וואס פאקיסטאן טוט לעצטנס געבן א פרייע האנט פאר מיליטאנטן וואס טוען טיילמאל אטאקירן אמעריקאנער קרעפטן פון זייערע באזעס אין פאקיסטאן. לויט אנאנימע קוועלער זוכט פרעזידענט טראמפ צו קלאר מאכן פאר פאקיסטאן אז זיי קענען מער נישט שפילן קיין דאפלטע שפיל, און אויב זי וועט נישט אינפארסירן אנטי-טעראר געזעצן וועלן זיי פארלירן אמעריקאנער שטיצע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל