די כוואליע פון טעראר וואס נעמט איין אייראפע, איז היינט אנגעקומען קיין בריסל, בעלגיע, די הויפטשטאט פון די אייראפעישע פאראיין, ווי די פאליציי האט באוויזן אין די לעצטע מינוט צו אפהאלטן א מאסן טראגעדיע, נאכדעם וואס זיי האבן ניוטראליזירט א טעראריסט, וועלכער האט געטראגן אויף זיך א באמבע גרייט צו אויפרייסן. די אינצידענט האט פאסירט אין די צענטראלע באן סטאנציע אין בריסל, און די פאליציי האט באוויזן צו אומשעדליך מאכן דעם טעראריסט, אן קיין שאדן פאר די ארומיגע. די סטאנציע און די גאסן ארום, זענען אפגעשפארט, און די אויספארשונג האלט נאך אינמיטן, שרייבנדיג די שורות.








קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל