דאס ווייסע הויז האט נעכטן אפגעהאלטן א סאמיט אין ווייסן הויז מיט די גרעסע ״היי-טעק״ קעם אין לאנד, און די אנפירער פון די וועלטס גרעסטע פירמעס וועלכע שטייען אין די שפיץ פון די טעכנאלאגישע וועלט, עס זענען דארט אנוועזנד געווען אריק שמידט דער הויפט פון ׳גוגל׳, דשעף בעזאס דער גרונדער און אנפירער פון ׳עמעזאן׳ און טים קוק דער אנפירער פון ׳עפל׳ און נאך טעכנאלאגיע ריזן, די אנוועזנדע האבן דיסקוטירט מיט׳ן ווייסן הויז און מיט פרעזידענט טראמפ וויאזוי מען קען נוצן פארגעשריטענע טעכנאלאגיע צו פארבעסערן די פעדעראלע רעגירונג און פארמיידן שווערע ביוראקראטיע, און אזוי אויך וויאזוי צו פארשטערקערן אמעריקאנער סייבער זיכערהייט.

די באגעגעניש איז גאר סימבאליש אויך פאליטיש וויבאלד כמעט אלע אנוועזנדע זענען געווען אויסגעשפראכענע קעגנער פונעם פרעזידנעט דורכאויס דעם קאמפיין, און יעצט טוען זיי אים אויסלויבן פאר׳ן נעמען די איניציאטיוו און איינזעהן די וויכטיגקייט פון נוצן פארגעשריטענע טעכנאלאגיע צו פארבעסערן די רעגירונג, צווישן די רעזולטאטן פון די סאמיט איז געווען דאס אויפשטעלן א ״טעכנאלאגיע קאונסיל״ וועלכע וועט דינען אלס אויטאריטעט אויף טעכנאלאגיע אנלעגנהייטן און פולע גרויסע טעכנאלאגיע פערזענליכקייטן וועלן זיין מיטגלידער אין די קאנסיל.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל