״ער קען זיך עפענען דאס מויל״ האט געלויטעט די קעפלעך אין פארשידענע מידיע קאנאלן, דער פראמינענטער ראטגעבער און איידעם פונעם פרעזידענט דשערעד קושנער איז באקאנט צו זיין גאר אינטסרומענטאל אונטער די קוליסן, אבער גאר זעלטן וואס ער לאזט זיך הערן אין די עפנטליכקייט, דעריבער איז די פאקט אז ער האט נעכטן געמאכט א עפנטליכע אויפטריט געווען וויכטיגע נייעס אין די פאליטישע וועלט, זיין אויפטריט איז געווען אין לויף פון א סאמיט פון טעכנאלאגיע פירמעס אנפירער אין ווייסן הויז וואס מען האט דיסקוטריט וויאזוי צו מאדערנאזירן די קאמפיוטער סיסטעמען פון די פעדעראלע רעגירונג, דאס קומט א טאג פאר קושנער רייזט אפ קיין מדינת ישראל ווי ער איז ערווארטעט צו שפילן א צענטראלע ראלע אין די שלום פארהאנדלונגען צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל