אין דשארדשיע ווערט היינט אפגעהאלטן א גאר היציגע וואל פארמעסט וועלכע ווערט געזען ווי א רעפערענדום אויף די פירערשאפט פון פרעזידענט טראמפ, די ספעציעלע קאנגרעסינאנעלע וואל פארמעסט איז פאררופן געווארן צו ערפולן די ליידיגע זיץ פון טאם פרייס וועלכער איז נאמינירט געווארן אלס געזונטהייט סעקערטאר פון פרעזידענט טראמפ, עס פארמעסטן זיך אויף די זיץ די רעפובליקאנע קאנדידאט קערען הענדל, און דער דעמאקראט דשאן אסאף, די לאקאלע פארמעסט ציהט נאציאנאלע אויפמערקזאמקייט וויבאלד עס איז די ערשטע קאנגרעס פארמעסט אין א וואקלדיגע שטאט זינט פרעזידענט טראמפ איז אריין אין אמט, און די דעמאקראטן ארבייטן שטארק צו אויפהייבן די מאראל פון די פארטיי און ארויסקוועטשן א זיג.

טראץ וואס די דיסטריקט איז שוין לאנגע יארן אונטער די דעפובליקאנער איז די פארמעסט גאר שמאל און האט אפגעקאסט אסאך געלט פאר ביידע זייטן, דער דעמאקראטישער קאנדידאט האט אויסגעגעבן ארום 23 מיליאן דאלער צו באקומען דעם זיץ, אפילו אויב ער געווינט דארפן די דעמאקראטן צובאקומען נאך 24 רעפובליקאנער זיצן צו צוריקבאקומען קאנטראל אין קאנגרעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל