א זעלטענע און עקסטרעמע היץ כוואליע וואס האט באטראפן אריזאנע היינט, טוט אפהאלטן ארום 40 רייזעס פון ארויספארן. אמעריקען עירליינס האט אפגעשטעלט אלע אירע 38 פליגערס, וועלכע האבן געזאלט ארויספארן פון פיניקס, אריזאנע. די רייזעס וואס זענען אנולירט געווארן, זענען קורצשטרעקיגע רייזעס מיט קליינע פליגערס, וואס קענען אפעקטירט ווערן פון עקסטרעמע קלימאט. די גרעסערע באואינג פליגערס, קענען דערהייבן עקסטרעמע היץ.

די היצן אין פיניקס, אריזאנע, קומען היינט אן ביז אזוי הויעך ווי 120 גראד, און אויב עס וועט נאך אביסל ארויפגיין, וועט עס ברעכן א רעקארד פון 1990, ווען די היץ איז אנגעקומען צו 123 גראד.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל