אין די וועלט פון אוויאציע הערשט א גרויסע אינטערעס איבער די נייע 737 MAX 10 פליגער וואס באואינג גרייט זיך צו פארשטעלן. איר ערשטע נייע פליגער זינט די 787 דרימליינער וואס איז באנייעט געווארן מיט 6 יאר צוריק, און די צענטע פליגער אין די סעריע פון 7-7, זינט זי האט אויפגעוויקלט איר 707 אין 1960. עס איז אויך ערווארטעט צו זיין די לעצטע אין די סעריע. לויט די ערשטע באריכטן האנדלט זיך פון א מיטל-גארטיגע מאס פליגער, לענגלעכיג און שמאל, און איז געווידמעט הויפטזעכליך פאר קורצשטרעקיגע רייזעס. די נייע פליגער איז ערווארטעט צו זיין זייער שפארזאם אין גאז, און זיין אויסגעשטאט מיט נייע איינריכטונגען לויט די היינטיגע פארלאנג ווי וויי-פיי און ריטשארדשערס א.ד.ג.

עס איז ערווארטעט צו האבן ארום 220 ביז 270 זיצן. די פליגער איז א מיטל-וועג צווישן דשאבמא און קליינע דשעטס, און פולע עירליינס זענען גאר ענטוזיאסטיש איבער דעם, וויבאלד מען קען אריינזעצן אסאך פאסאנזשירן, און גלייכצייטיג שפארן גאז. ארום 57 לופליניעס האבן שוין אויסגעדריקט אינטערעס זיך צו איינהאנדלן אזעלכע פליגער, אריינגעכרעכנט לאו-קאסט לופליניעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל