אטטא ווארמביער, דער 22 יעריגער אמעריקאנער סטודענט וועלכער איז געווען פארהאלטן אין נארט קארעא פאר 16 מאנאטן איז נעכטן געשטארבן אין שפיטאל נאכדעם וואס ער האט זיך אומגעקערט פון נארט קארעא אין א גאר שווערע געזונט צושטאנד. די עלטערן פון אטטא באשולדיגן די נארט קארעאר רעזשים אז ער איז אריבער פייניגונגען אין די ארטיגע טורמעס, און טוען אפווארפן זייער ווערסיע אז ער איז געשטארבן פון א עסן פארגיפטיגונג, אין ליכט פון זיין טויט איז באקאנט געווארן אז אטטא איז געווען א אידישער אפשטאמיגער און האט געלעכצט זיך צוריקצוקערן און זיך דערנענטערן צו אידישקייט, די אנפירער פון די אידישע אקטיוויטעטן אין זיין קאלעדש זאגט אז ער האט זיך באטייליגט ביי אלע אידישע צוזאמענקומען און געפראוועט ימים טובים אינאיינעם מיט די אידישע סטודענטן.

אין ליכט פון די אנטוויקלונגען האבן עטליכע רייזע פירמעס געמאלדן אז זיי וועלן מער נישט מיטנעמען קיין אמעריקאנער בירגער אויף זייערע ארגאניזירטע טוריסטישע גרופן קיין נארט קארעא, דאס קומט נאכדעם וואס דער פאטער האט אטאקירט א טוריזם פירמע פאר׳ן שלעפן זיין זון אהין דורך אדווערטייזמענט וועלכע האט אראפגעמאלן נארט קארעא אלס ״די זיכערסטע לאנד אין די וועלט״ און נישט געווארנט איבער די מעגליכע געפאר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל