די פענטאגאן האט געמאלדן אז רוסישע Sukhoi Su-27 מליטערישע פליגער האט קאנפראנטירט א אמעריקאנער RC-135 מיליטערישע שפיאנאזש פליגער העכער׳ן באלטישן, די פענטאגאן האט געזאגט אז די רוסישער פליגער איז געפלויגן בלויז עטליכע פוס אוועק פון די אמעריקאנער פליגער אין א דירעקטע פרואוו צו אפשרעקן דעם אמעריקאנער פילאט, די אינצידענט קומט ווען עס הערשט א שטארקע אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און רוסלאנד נאכדעם וואס אמעריקע האט ארפאגעשאסן א סירישע פליגער אויף וועלכע רוסלאנד האט רעאגירט מיט שארפע ווארנונגען. די פענטאגאן האט געזאגט אז די אינצידענט האט אריינגעלייגט אין א סכנה דעם פילאט און אז עס איז געווען העכסט אומפראפעסיאנעל, און אז עס איז שוין די צווייטער אזא אינצידענט אין די לעצטע מאנאט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל