ווי עס שיינט האט אמעריקע א גענצליך נייע סטראטעגיע ווען עס קומט צו סיריע, אין בלויז אין די לעצטע מאנאט אליין האבן שוין אמעריקאנער קרעפטן אטאקירט 5 מאל די קרעפטן פון אסאד און זיינע אליאירטע, דאסמאל איז געקומען די רייע אויף איראן, אמעריקאנער קרעפטן האבן אראפגעשאסן א דראון וועלכע איז געווען באוואפנט, די דראון איז געפלויגן העכער טעראטאריע וואס ווערט קאנטראלירט דורך אמעריקע און אירע אליאירטע רעבעלן, די דראון איז אראפגעשאסן נעכטן 3 אזייגער נאכמיטאג, די פענטאגאן האט באשטעטיגט די אטאקע און געזאגט אז די דראון האט געשטעלט אין געפאר די אמעריקאנער-געשטיצטע כוחות אין די געגענט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל