די פענטאגאן האט אפיציעל באשטעטיגט אז אמעריקאנער קרעפטן האבן אומגעברענגט טורקי אל-בין-אלי, דער העכסטראנגיקער גייסטליכער און הויפט מופטי פון די אייסיס טעראר גרופע, בין-אלי איז געווען דער העכסטער גייסטליכער אויטאריטעט אין אייסיס אונטער דעם פירער אבו-באכר אל-באגדאדי, און ער איז פולע מאל ערשינען אין די אפיציעלע פראפאגאנדע ווידעאו׳ס פון מאטריאל פון די איסלאמישע שטאט, ער איז אומגעקומען אין א אמעריקאנער באמבאדירונג אין סיריע מיט 3 וואכן צוריק, דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס די רוסישע פארטיידיגונגס מיניסטעריום האט היינט צוריקגעצויגן פון א פריערדיגע מעלדונג און געזאגט אז דער אייסיס אנפירער אל-באגדאדי איז ווארשיינליך נאך אלס ביים לעבן, נישט ווי געמאלדן פרייטאג אז ער איז ווארשיינליך אומגעקומען אין א רוסישע אטאקע.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל