ירושלים – נעקסטע וואך מיטוואך וועט פארקומען אן אייגנארטיגע באגעגעניש, ווען דער פרעמיער מיניסטער פון אינדיע וועט זיך טרעפן מיט'ן 11 יעריגן משה'לע האלצבערג. משה'לע'ס נאמען איז באקאנט אין אלעמענס מיילער און איינגעקריצט אין אלע מוחות, זייענדיג דאס קינד וואס האט בחסדי ה' וואונדערליך איבערגעלעבט יענעם שרעקליכן טאג פון דער טעראר אטאקע אין מומביי, אינדיע מיט כמעט 9 יאר צוריק. די אטאקע איז דורכגעפירט געווארן דורך טעראריסטן פון דער פאקיסטאנער-געשטיצטע לאשקאר אי-טאיבא טעראר גרופע, צילנדיג צו שאפן אומסטאביליטעט און מאסן-מארד אין די גאסן פון פאקיסטאן'ס ארכי-פיינט אינדיע, און ליידער זענען אידן, די קדושי מומביי הי"ד, אויך געפאלן א קרבן, אריינגערעכנט די עלטערן פון משה'לע האלצבערג, אבער משה'לע איז געראטעוועט געווארן בדרך נס. משה'לע וואוינט היינט צוטאגס מיט זיין זיידע און באבע אין ירושלים, און דער פרעמיער מיניסטער פון אינדיע, נעראנדרא מאודי, וועט זיך געפינען אין ירושלים אויף א באזוך און דערביי זיך טרעפן פערזענליך מיט משה'לע, וועלכער איז אן איבערלעבער פון דער אטאקע אויף מאודי'ס היימלאנד אינדיע.


בילד: פירער פון אינדיע וועט טרעפן משה'לע האלצבערג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל