סאליווען קאונטי – פאליציי אויטאריטעטן האבן געעפנט אן אויספארשונג צו דערגיין ווער עס האט וואנדאליזירט די נייע מקוה וועלכע איז יעצט אונטער קאנסטרוקציע אינעם חרדי'שן געגנט אין בלומינגבורג, ניו יארק. דער וואנדאליזם איז שוין אנטדעקט געווארן זונטאג נאכט, ווען לאקאלע אידישע איינוואוינער זענען אריינגעקומען אינעווייניג און האבן געטראפן אנטיסעמיטישע אויפשריפטן, אריינגערעכנט האקנקרייצן און נאך, אויף די ווענט און אנדערע טיילן פון דער מקוה. די וואנדאליזם אטאקע איז ליידער ווארשיינליך א דירעקטע רעזולטאט פון דער אומאויפהערליכער העצע אין דער לאקאלער מידיא קעגן דער אנטוויקלונג פון בלומינגבורג אלס א נייע געגנט פאר ארטאדאקסישע היימישע אידן, וואס העצט אויף די איינוואוינער קעגן די נייע אידישע איינוואוינער. דער אינצידענט ביי דער מקוה אין בלומינגבורג קומט עטליכע וואכן נאכדעם וואס ענליכע גראפיטי איז געטראפן געווארן אין א הויז וואס איז געשטאנען צום פארקויפן פאר א אידישע פאמיליע אין העוועסטרא, נעבן מאנסי – אויך אן אטאקע וואס האט אויסגעזען צו זיין געצילט קעגן אידישער אויסשפרייטונג.

בילד: פאליציי פארשן בלומינגבורגער מקוה וואנדאליזם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל