פּיאנגיענג – דער קאמוניסטישער רעזשים פון קים יאנג אן אין צפון קארעא האט נעכטן אין א שארפן סטעיטמענט פארשפראכן, אז דער געוועזענער פרעזידענט פון זייער פיינט דרום קארעא וועט ליידן א מיאוס'ן סוף מיט א שענדליכן טויט. צפון קארעא באציעט זיך אויף פארק זשין-האי, וועלכע האט געדינט אלס דרום קארעא'ס פרעזידענט ביז עטליכע מאנאטן צוריק ווען זי איז געווען געצווינגען צו רעזיגנירן פון אמט נאך אן ערנסטע קארופציע און שוחד סקאנדאל. צפון קארעא זאגט אז בעת זשין-האי איז געווען ביי דער מאכט, האט זי פלאנירט אן אטענטאט קעגן קים יאנג אן, און דעריבער קומט זיך איר טויט-שטראף. צפון קארעא פארלאנגט פון דער אמטירנדער רעגירונג אין דרום, זאפארט איבערצוגעבן זשין-האי פאר זיי ביי דער ספעציעלער "דימיליטעריזירטער זאנע" ביים גרעניץ, אז זיי זאלן איר קענען שטעלן פאר א פראצעס און איר פאראורטיילן צו טויט שטראף.

בילד: קים יאנג אן וויל טויטן דרום קארעא פרעזידענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל