בעיזשינג – אן איינפלוסרייכע רעגירונג-קאנטראלירטע צייטונג אין כינע איז ארויסגעקומען נעכטן מיט א באשולדיגונג, אז די אויסטראליער רעגירונג שפיאנירט שוין לאנגע יארן אויף דער כינעזער אמבאסאדע אין אויסטראליע, און אויך טשעפען אויסטראליער באאמטע מיט כינעזער וועלכע וואוינען אין אויסטראליע אז זיי זאלן ארויסגעבן שפיאנאזש אויף כינע. אויסטראליע און כינע האבן גאר נאענטע באציאונגען איבער עקאנאמיע און ביזנעס, אבער שוין א לענגערע צייט וואס כינע האט שטארקע אומצוטרוי אין אויסטראליע, וויבאלד די אויסטראליער רעגירונג איז גאר נאענט און ווארעם מיט דער אמעריקאנער רעגירונג. דער באריכט זאגט אז מיט עטליכע וואכן צוריק ווען כינעזער באאמטע האבן אונטערגעזוכט די צימערן און קארידארן פון דער כינעזער אמבאסאדע אין אויסטראליע, האבן זיי געטראפן איינגעפלאנצט אומצאליגע אונטערהער מאשינדלעך. דערווייל האבן נישט אויסטראליע און נישט כינע אפיציעל רעאגירט אויפ'ן באריכט, און מען האלט מיט מיט נייגער וואס עס וועט זיך אויסקאכן צווישן די צוויי לענדער.

בילד: כינע צייטונג: אויסטראליע שפיאנירט אויף אונז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל