רוסלאנד – די רוסישע רעגירונג זאגט אז זיי גרייטן צו הארבע שטראפן אויף דער אמעריקאנער רעגירונג, וואס וועט זיין א דירעקטע נקמה אקציע קעגן דעם וואס אמעריקע האט מיט עטליכע מאנאטן צוריק - ווי באריכטעט - אפגעשפארט און פארכאפט עטליכע געביידעס וואס די רוסישע רעגירונג האט אפערירט אויף אמעריקאנער באדן. די אמעריקאנער רעגירונג האט פארכאפט די טייערע רייכע דיפלאמאטישע קאמפלעקסן אין ניו יארק און אין מערילאנד פאראיאר דעצעמבער, אלס א דירעקטער שטראף פאר רוסלאנד'ס שריט צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן, און אויך האט אמעריקע דאן פארטריבן 35 רוסישע דיפלאמאטן. אצינד זאגט א ווארטזאגער פאר דעם רוסישן אויסערן מיניסטעריום, אז רוסלאנד מאכט גרייט א סעריע קאנטער-שטראפן וואס זי קען אונטערנעמען צו טשעפען אמעריקע אויף אן ענליכן פארנעם, אבער דערווייל געבן זיי א שאנס פאר'ן אמטירנדן פרעזידענט טראמפ צו פארבעסערן באציאונגען מיט רוסלאנד.

בילד: מאסקווע גרייט זיך צו באשטראפן אמעריקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל