קאראקאס – גייט דער סאציאליסטישער פירער פון ווענעזועלע, ניקאלעס מאדורע, אט אט אומגעווארפן ווערן פון דער מאכט דורך א מיליטערישן פוטש? דאס איז די פראגע וואס אבזערווירער און רעגירונגען פון איבער דער וועלט וואונדערן זיך יעצט, נאכדעם וואס עס האט פאסירט אן אינטערעסאנטער עפיזאד אינעם ווענעזועלער הויפטשטאט קאראקאס, וואו א געוועזענער פאליציי אפיציר האט גענומען א העליקאפטער און דורכגעפירט אן אטאקע אויף רעגירונג געביידעס.

דער געוועזענער אפיציר איז אידענטיפיצירט געווארן אלס אסקאר פערעז, וואס האט געהאט א לאנגיעריגע קאריערע אינערהאלב די ווענעזועלער רעגירונג'ס שפיאנאזש און אויספארשונג פאליציי קראפט. פערעז האט גערויבט א העליקאפטער וואס באלאנגט פאר די רעגירונג פאליציי, און איז געקומען צו פליען העכער די הויפטקווארטירן פונעם אינערן מיניסטעריום, וואו ער האט אראפגעשאסן 15 קליינע באמבעס, און דערנאך איז ער צוגעפארן מיט'ן העליקאפטער צום סופרים קאורט געביידע, און דארטן אראפגעלאזט 4 באמבעס.

ווענעזועלע'ס פרעזידענט מאדורע, וועמענ'ס רעגירונג שטייט אויס טעגליכע מאסיווע פראטעסטן פון די הונגעריגע און ארימע מאסן, איז באלד ארויסגעקומען מיט א שטארקער פארדאמונג, זאגנדיג צוערשט אז די באמבארדירונג איז געווען נישט מער ווי א "טעראריסטישע אטאקע", און שפעטער האט מאדורע געטוישט זיין טאן און געזאגט אז דאס איז געווען א פוטש פארזוך, אונטערגעשטיצט דורך די אמעריקאנער סי-איי-עי, און עס זענען באלד פארשפרייט געווארן בילדער וויאזוי פערעז באזוכט אין וואשינגטאן, צו צייגן אז ער איז אן אגענט פון אמעריקע.

פערעז און זיינע געציילטע שטיצער האבן פובליצירט א סטעיטמענט אין וועלכע זיי האבן אויסגעדרוקט קעגנערשאפט צו דעם מאדורע רעזשים, און באזונדער האבן זיי געהאט ארויסגעהאנגען א שילד פונעם העליקאפטער וואס האט זיך געלייענט "350 פרייהייט", וואס באציעט זיך אויף "ארטיקל 350" אין די ווענעזועלער קאנסטיטוציע וועלכע זאגט קלאר אז דאס ווענעזועלער פאלק וועט מאכן אן אויפשטאנד און נישט אקצעפטירן א רעגירונג אדער פירער וועלכער זוכט איינצושטעלן אן אומדעמאקראטישן רעזשים.

דערווייל האט מאדורע פארארדענט א מאסיווע זוך אקציע צו טרעפן פערעז און זיין קליינע גרופע, ווען אין דער זעלבער צייט זענען דא סקעפטיקער וועלכע זאגן אז די גאנצע זאך איז מעגליך געווען אן אונטערגעשטעלטע צירקוס פון מאדורע, אז ער זאל האבן אן אויסרייד פארוואס צו ווערן נאך מער שטייף קעגן זיין אפאזיציע. עקספערטן זאגן אבער אז אלע צייכענעס צייגן אז פערעז'ס אקט האט אויסגעזען אויטענטיש, און אצינד בלייבט איבער צו זען צי עס וועלן זיין נאך מיליטערישע אפיצירן וועלכע וועלן זיך פאראייניגן און אומווארפן מאדורע פון בענקל.

בילד: וועט א מיליטערישע פּוטש אויסברעכן אין ווענעזועלע?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל