וואשינגטאן – דאס אמעריקאנער פאלק גלייכט זייער נישט דעם פארגעשלאגענעם רעפובליקאנער העלט-קעיר ביל, אפגעזען וויאזוי מען זאל עס נאר וועלן אנאליזירן און באטראכטן, און עס איז פארשטענדליך אויך, ווייל קיינער גלייכט נישט קיין ביל וואס וועט קלאר ברענגען אז 22 מיליאן אמעריקאנער, וועלכע וואלטן געהאט אינשורנס ווען נישט דעם ביל, זאלן נישט האבן קיין אינשורנס דוקא אלס רעזולטאט פון דעם ביל. נעכטן זענען ערשינען דריי אנקעטעס וואס ברענגען גאר שלעכטע נייעס פאר די רעפובליקאנער, ווי פאלגענד: א קוויניפיאק אנקעטע צייגט אז 58 פראצענט זענען קעגן דעם רעפובליקאנער סענאט העלט-קעיר ביל, און בלויז 16 פראצענט האלטן אז עס איז א גוטער ביל. די זעלבע אנקעטע צייגט אויך אז 46 פראצענט אויסגעפרעגטע האבן געזאגט אז זיי וועלן נישט שטימען פאר א סענאטאר אדער קאנגרעסמאן וועלכער שטימט פאר'ן רעפובליקאנער ביל. א סופאלק אוניווערסיטעט אנקעטע איז נאך שרעקליכער, ווען עס צייגט אז בלויז 12 פראצענט אמעריקאנער בירגער האלטן אז דער רעפובליקאנער ביל איז א גוטע זאך. אויב האלט איר אז אלע אלגעמיינע אנקעטע פירמעס זענען סתם גענייגט נעגאטיוו קעגן די רעפובליקאנער, אט איז א "פאקס ניוז" אנקעטע פון נעכטן: בלויז 27 פראצענט האלטן אז ס'איז א גוטער ביל, און 58 פראצענט זאגן אז ס'איז נישט גוט.

בילד: אמעריקאנער האסן רעפובליקאנער העלט-קעיר ביל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל