וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס לאיערס האבן באשלאסן דערווייל אפצושטופן זייערע פלענער אריינצוגעבן אן אנקלאגע קעגן געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי. טראמפ'ס הויפט לאיער מארק קאסאוויץ האט שוין עטליכע מאל געזאגט אין פובליק אז ער גייט זיך ווענדן צום יוסטיץ דעפארטמענט אינספעקטאר דזשענעראל און זיך אפרעדן איבער דעם וואס קאומי האט זיך אליינס מודה געווען, אז ער האט דירעקט ארקעסטרירט אז אינפארמאציע פון זיינע פריוואטע געשריבענע מעמאס איבער זיינע געשפרעכן מיט פרעזידענט טראמפ זאל ארויסקומען צו די מידיא, וואס טראמפ טענה'ט דערמיט אז קאומי האט זיך מודה געווען אז ער האט ארויסגעליעקט אינפארמאציע, וואס ער האט אפשר נישט לעגאל געמעגט ארויסגעבן. קאסאוויץ און די אנדערע לאיערס האבן אבער באשלאסן אז זיי וועלן עס אויף דערווייל אפשטופן, וויבאלד זיי ווילן נישט ס'זאל אויסזען ווי דאס ווייסע הויז פרובירט אונטערצוהאקן די פיסלעך פונעם ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער, וועלכער שטייט אין שפיץ פון דער אויספארשונג אויפ'ן טראמפ קאמפיין.
הוסף רשומת תגובה