וואשינגטאן – היינט אום אכט אזייגער ביינאכט וועט פרעזידענט טראמפ'ס עקזעקוטיוו ארדער, איינצוצוימען טרעוול פון זעקס מוסולמענער לענדער און א פולקאמער צייטווייליגער אפשטעל אויף ארייננעמען פליטים, אריינגיין אין קראפט, נאכדעם וואס דער סופרים קאורט האט מאנטאג געאורטיילט אז אויף דערווייל קען רוב טיילן פונעם עקזעקוטיוו ארדער אריינגיין אין קראפט, און זיי וועלן אורטיילן צי עס איז הונדערט פראצענט לעגאל צי נישט, ערשט אין אקטאבער. "רויטערס" האט נעכטן נאכט באריכטעט אז באאמטע אין פילע גרויסע לופטפעלדער איבער'ן לאנד זענען נאך שטארק צעמישט און ווייסן נישט פונקטליך וואספארא אימפאקט עס וועט האבן, און צי מען וועט זען אן איבערשפיל ווי גלייך נאכדעם וואס טראמפ'ס ערשטע ווערסיע פונעם עקזעקוטיוו ארדער איז אריין אין קראפט. די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט אז אזעלכע וואס האבן שוין יעצט וויזעס, אפילו פון די זעקס לענדער, וועלן יא געהעריג אריינגעלאזט ווערן, און דער גאנצער טויש וועט זיין אז אויב עמיצער וועט יעצט וועלן באקומען א וויזע און ער וואוינט אין איינס פון די זעקס לענדער, וועט ער מוזן איבערצייגן אז ער האט גאר נאענטע פאמיליע מיטגלידער אדער שטארקע ביזנעס באציאונגען אין אמעריקע.

בילד: "טרעוול בען" גייט אריין היינט אין קראפט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל