קאבול - אן ערנסטע ווארענונג איבערן צושטאנד אין אפגאניסטאן, האט מען נעכטן געהערט פונעם אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר, דזשעימס מעטיס, וועלכער האט אויפגעטרעטן פאר די סענאט מיליטערישע קאמיטע. סעקרעטאר מעטיס האט געזאגט אז ווי דער מצב האלט יעצט, זעט מען א קלארן פרישן אויפשטייג פון די טאליבאן אין אפגאניסטאן, וואס באריכטן צייגן אז די טאליבאן איז אומאפיציעל צוריק אין קאנטראל פון עטליכע גרויסע שטעט איבער׳ן לאנד. מעטיס האט געזאגט, ״ווי עס האלט יעצט, איז זייער פשוט און גראד: מיר געווינען נישט״, אבער ער האט פארשפראכן אז דער פענטאגאן ארבעט שווער אויף א נייער מיליטערישער סטראטעגיע, וואס פרעזידענט טראמפ האט פארארדענט, און ער האפט צו קענען אינמיטן יולי געבן אן אפדעיט פאר׳ן סענאט און פאר׳ן פאלק איבער דער נייער סטראטעגיע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל