פלארידע - א נעא-נאצי, וועלכער איז ארעסטירט געווארן אין פלארידע, האט פלאנירט צוזאמצושטעלן באמבעס און עס נוצן צו שעדיגן ציווילע בירגער, נוקלעארע איינריכטונגען און אויך שוהלן. דער פארשוין דעוואן ארטורס איז ארעסטירט געווארן זייענדיג א פארדעכטיגטער אין א טאפלטער מארד אויספארשונג, און די פאליציי האבן געטראפן באמבע מאטעריאל און כעמיקאלן אין ארטורס'ס הויז בשעת'ן אים ארעסטירן. ארטורס האט דערציילט פאר די פאליציי אז ער האט גארנישט געהאט מיט די מארדן, אבער ער האט אויפגעדעקט פאר די פאליציי אז א צווייטער ארעסטירטער איבער די מארדן, ביים נאמען ברענדאן ראסעל, האט פלאנירט אטאקעס אויף נוקלעארע איינריכטונגען און שוהלן. די פעדעראלע באאמטע האבן פארזיכערט אידישע געמיינדעס איבער׳ן לאנד אז ס׳איז נישטא קיין שום אקטיווע געפאר יעצט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל