איטאליע – אידישע איינוואוינער אין איטאליע האבן אויסגעדרוקט שאק און אויפברויז, נאכדעם וואס א לאקאלע צייטונג, גערופן "דער לע-וועריטא", האט אפגעשריבן אן אנטיסעמיטישן באריכט אונטער'ן קעפל: "די ראטשילד פאמיליע, די באנקירער פון די קעניגן, וועלכע האבן פארלאזט מאקרון" (דער נייער פראנצויזישער פרעמיער מיניסטער), און דער ארטיקל איז א געמיש פון אלטע בלבולים אויפ'ן אידישן פאלק, און א פרישע קאנספיראציע, כאילו די ראטשילד באנקירן זענען געווען קעגן דעם זיג פון מאקרון. דער אנטיסעמיטישער שרייבער, פאולא סעבאסטיאנא, שרייבט אינעם ארטיקל אז: "די ראטשילד פאמיליע האלט שוין אן די לייצעס פון דער אלוועלטליכער עקאנאמיע איבער 200 יאר".



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל