וואשינגטאן - פילע נאענטע פון פרעזידענט טראמפ האבן אנגעהויבן שטילערהייט א קאמפיין צו שעדיגן די רעפוטאציע פון ראבערט מולער, דער ספעציעלער פראקוראר וואס פירט די רוסלאנד אויספארשונג. ניוט גינגריטש, א געוועזענער טראמפ קאמפיין ראטגעבער, זאגט אז וויבאלד מולער האט א היסטאריע אלס א נאענטער פריינט מיט דזשעימס קאומי, וועט ער נישט זיין קיין יושר'דיגער אויספארשער, און וועגן דעם דארף אים טראמפ אויפזאגן פון זיין פאזיציע אלס ספעציעלער פראקוראר. אויך טראמפ'ס לאנגיעריגער פריינט קריס רודי האט געזאגט אז טראמפ טראכט שוין טאקע פון ארויסווארפן מולער. מען האט געהערט פונעם רעפובליקאנער קאנגרעס ספיקער פאול רייען אז טראמפ וועט מאכן א גרויסן טעות אויב ווארפט ער ארויס מולער, און דער דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ראד ראזענסטיין האט אויך געזאגט קלאר אז ס׳איז נישטא קיין שום סיבה אויסצואווארפן מולער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל