וואשינגטאן - א גרופע דעמאקראטישע און רעפובליקאנער סענאטארן האבן צוזאמען ארויסגעשטעלט א ביל ארויפצושטעלן פרישע שווערע סאנקציעס אויף רוסלאנד. דער ביל רופט צו פארשטערקערן די ביז יעצטיגע סאנקציעס, דורכ'ן שטעלן סאנקציעס אויף רוסישע באאמטע וועלכע שפילן א ראלע אין אונטערדרוקן מענטשן רעכטן אין רוסלאנד, און אויף אזעלכע וואס העלפן צושטעלן וואפנס פאר דעם רעזשים פון באשאר אסאד אין סיריע, און אויך די וואס נוצן סייבער אטאקעס צו שעדיגן אמעריקע'ס אינטערעסן. אויך רופט די נייע ביל אריינצושטעלן א נייע רעגולאציע, אז אויב פרעזידענט טראמפ וועט וועלן אראפנעמען אדער אפשוואכן די עקזיסטירנדע סאנקציעס קעגן רוסלאנד, וועט עס דארפן קודם איבערגעקוקט ווערן דורך קאנגרעס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל