דזשארדזשיע – פאליציי אין דזשארדזשיע און ארומיגע סטעיטס האבן געלאזט אין גאנג א מאסיווע זוך אקציע נאך צוויי פארשוינען וועלכע זענען אנטלאפן פון ארעסט. די צוויי פארשוינען האבן געהאלטן אינמיטן טראנספערירט ווערן אין א טורמע טרעקל אין פאטנעם קאונטי, ווירדזשיניע, ווען זיי האבן באוויזן איבערצופאלן די צוויי טורמע אפיצירן וועלכע זענען געזעסן פארנט, דערמארדען ביידע אפיצירן און אנטלויפן פונעם טרעקל. זיי האבן דאן געהיידזשעקט אן אויטא און ארומגעפארן דערמיט א שטיק צייט, און דערנאך האבן די פאליציי אויך באקומען באריכטן איבער עטליכע הייזער וואו מ'האט איינגעבראכן, וואס די צוויי ארעסטאנטן האבן דאס ווארשיינליך געטאן, צו רויבן קליידונג און טוישן זייער אויסזען. מען קלערט פון פאררופן א מאסיווע נאציאנאלע זוך אקציע, ווייל יעצט ווערן שוין די צוויי געזוכט אלס מערדער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל