מינעסאטע – רוב לאקאלע סטעיט געזעצגעבער אין מינעסאטע האבן זיך פאראייניגט און אריינגעגעבן א געריכטליכע קלאגע קעגן דעם ארטיגן גאווערנאר, מארק דעיטאן, איבער דעם וואס ער האט וועטאאירט א ביל וועלכע וואלט צוגעשטעלט פאר זיי זייערע רעגירונג געהעלטער, פענסיע געלטער און אנדערע בענעפיטן, וואס אין די קלאגע זאגן די געזעצגעבער אז מיט'ן וועטאאירן דעם 130 מיליאן דאלערדיגן ביל, שטערט זיי גאווערנאר דעיטאן פון טון זייער דזשאב און דערמיט שטעלט ער אין געפאר דאס וואוילזיין פון אלע מינעסאטע איינוואוינער. גאווערנאר דעיטאן איז א דעמאקראט און די געזעצגעבער הייזער ווערן דארטן קאנטראלירט דורך די רעפובליקאנער, און די צוויי זייטן שלאגן זיך. דעיטאן'ס באשלוס צו וועטאאירן די געהעלטער פון די געזעצגעבער איז נקמה איבער דעם וואס מיט א צייט צוריק האבן די רעפובליקאנער געזעצגעבער געזאגט אז זיי וועלן באשטעטיגן א ביל צו דעקן די געהעלטער פון געוויסע סטעיט רעגירונג איינגעשטעלטע, נאר אויב ס'גייט אינאיינעם מיט א סעריע שטייער שניטן, וואס גאווערנאר דעיטאן איז געווען אויסגעשפראכן קעגן די שטייער שניטן, אבער האט שטארק געוואלט באשטעטיגן די סטעיט רעגירונג איינגעשטעלטע געהעלטער.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל