אלבאני – א ניו יארק סטעיט ריכטער האט נעכטן דערקלערט אז גאווערנאר קאומאו׳ס ספעציעלע געזעץ צו באשיצן טענענטס איז אויסגעהאלטן לעגאל. דעם ריכטער׳ס אורטייל איז געווען איבער קאומאו׳ס טענענט פראטעקשאן געזעץ, וועלכע באשיצט טענענטס פון זייערע לענדלארדס איבערצורעכענען געלט און זיי טשעפען, וואס א גרופע געביידע אייגנטימער און ריעל עסטעיט מענעדזשערס האבן געהאט אריינגעגעבן אן אנקלאגע שוין אין יאר 14' אז דער געזעץ באשיצט די טענענטס צו שטארק, אויף אזא פארנעם אז מען קען נישט ארויסווארפן אפילו אזעלכע טענענטס וועלכע ס'קומט זיך באמת מ'זאל זיי ווארפן צוליב וואס זיי שעדיגן דעם אפארטמענט אדער זענען שלעכט צו אנדערע שכנים. קאומאו האט אויסגעלויבט דעם ריכטער׳ס אורטייל, זאגנדיג אז ס׳איז א היסטארישע טאג פאר טענענטס רעכטן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל